בלאט 1 פון 1

מאטעמאטיק: פריים נומערן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:16 am
דורך יאיר
אין די משפחה מאגאזין איז די וואך געווען אן ארטיקל איבער פריים נומערן. דאס זענען די נומערן וואס מען קען נישט צוטיילן אין קיין אנדער נומער אויסער 1 און דער נומער אליין. למשל, 3 און 2 קען מען נאר צוטיילן אין דריי איינסערס, אזוי אויך פינף קען מען נאר צוטיילן אין איינסערס, נישט אין צווייערס אדער דרייערס. שטייט דארט וועגן דעם אז די פריים נומערן זענען אינפיניט, און אזוי אויך געדענק איך א שאלה איבער דעם כלל אז מען קען צוטיילן יעדן פאזיטיוון נומער אין צוויי פריים נומערן, צו ס'איז דא א הוכחה דערצו. און פיינעלי, שטייט דארט עפעס וואס כ'האב נישט פארשטאנען, אז עס זענען פארהאן קאוד שפראכן וואס ארבעטן אויף א סיסטעם אז מ'קען דאס נישט אויפברעכן נאר אויב מ'ווייסט אלע פריים נומערן, און אזוי ווי מ'רעדט פון גאר הויכע ציפערן איז כמעט אוממעגליך דאס אויפצוברעכן. איך וועל בעטן כבוד הרב הגאון, חכם וסופר, מדען וידען, @שליח יקירנו זאל מער מרחיב זיין את הדיבור.