וואס זענען די שבע חכמות?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

וואס זענען די שבע חכמות?

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:34 pm

דערווייל האב איך אויפן ליסטע
א] רפואה ב] מוזיקה ג] פילוזופיה ד] אסטרונומיה ה] פסיכולוגיה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:38 pm

כ'מיין אז קיין איינס פון וואס האסט אויסגערעכנט איז אויף דע עכטע ליסטע
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:41 pm

רפואה און מוזיקה זיכער יא
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:57 pm

שבע חכמות, א] חכמת הרפואה ב] מוזיקה ג] פילוזופיה ד] חכמת התכונה ה] חכמת המדידה ו] חכמת היצירה ז] חכמת ההנהגה
ס'איז דא אין יעדע איינס מערערע חלקים, אבער די וואס כ'האב אויסגערעכענט האבן שייכות צו די זיבן, אדער איז עס א תולדה אדער א אב, יעדע איינע וואס כ'האב אויסגערעכענט אין איר קאטעגאריע
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:00 am

אינעם הייליגן מאור עינים שטייט, אז פון די ווארט 'ורפא ירפא' איז די חיות פון די גאנצע חכמת הרפואה.

דא איז א לאנגע שטיקל יערות דבש, עס איז משמע בסוף דבריו אז אלעס איז נכלל אין די שבע חכמות, די זיבן חכמות זענען די אבות, און דארונטער זענען דא מערערע תולדות):

ספר יערות דבש חלק שני - דרוש ז (המשך)
ונראה כי שבעה נרות הם שבעה חכמות, כי ידוע כי חכמה היא מכונה בשם נר, חכמת אדם תאיר פניו, ושבעה נרות הם חכמת חיצונים, ונר מערבי היא חכמת תורתינו הקדושה, שכינה במערב, וכל החכמות משתלשלות מתורתינו ומשם מקורם ושמה ישובו, כי כולם הם נערות המשרתות את המלכה, כמ"ש הרמב"ם [אגרות הרמב"ם פאר הדור סמ"א] שהם לרקחות ולטבחות, וכולם צריכים לתורתינו, כאשר הארכתי בזה וחברתי ספר מיוחד, ועל זה אדני הספר הטבעו, כי כל החכמות הם פרפראות וצורך לתורתינו, כאשר חכמת גימטריא שהיא חכמת המדידה ונכלל בה חכמת המספר ותשבורת ואלגעברא, צריך מאוד למדידת עגלה ערופה ומדידת ערי לוים ומקלט ותחומי ערים:
חכמת המשקלות שהיא חכמת מיכאנ"קי, צריך לבית דין לדקדק להבין במאזני צדק ועול. חכמת הראיה שהוא אפטי"ק, צריך בית דין הגדול לדעת לברר זיופי כומרי עכו"ם, כי יעשו בתחבולות ההמה מראות משונות מורים פרצופים נפלאים, ומי שאינו בקי יאמר כי רוח זרה בתוך המראה, וכך היה מקדם, הכומרים עכו"ם מטעים להבאים בבית עבודתם, כאילו רוח מורה להם מתוך המראה אשר לא ידעם וגם מורה באצבע, והם הכומרים היו יושבים בחדרי חדרים, ועל ידי טוב מעמד ומצב המראות כפי תנועתם, כך נראה לעם במראה העומד בחדר, ואין איש למולו עושה כן, ולכך חיוב על בית דין הגדול לדעת תחבולות הללו, לבאר ולברר טעות השוטים אשר היו, וכהנה רבות, הצריך חכמה זו לעדים שאמרו שעמדו מרחוק וראו המראה אם קשת הראיה כל כך הולכת אם ביושר אם בעקלתון:
חכמת התכונה היא חכמה ישראלית סוד עיבור לדעת מהלך תקופות ומזלות ולקדש חדשים:
חכמת התולדה שהיא חכמת אצטגנינים, ונשתמשו בה בימי חכמי הכלדים, היא שער גדול להלכות עכו"ם, כי כך היה כל מעשה עכו"ם להקטיר למלאכת שמים, וכל מעשיהם היה בחכמת אצטגנינים ותולדות, ויפתו אחרי הוברי שמים, ומזה נולדה כל חכמת הקסם וכישוף, בעשותם טלמסאות וצורות לכוכבי שמים, והכל על פי חשבון מהלך ושיעור התולדות, ורבים טעמי מצוות שנתייסדו על זה, כמ"ש הרמב"ם, כאשר הארכתי בזה בספרי הנ"ל:
חכמת הטבע, אשר נכלל בה חכמת רפואה בכלליה, צריכה מאוד לחכמת התורה, הן לדעת ולהבחין דמים דמי נדה אם טהור או טמא, והיא חכמה לא שערו כל חכמי רופאי זמנינו, ואחז"ל [נדה כ ע"ב] טבע דארץ לא ידענו ודמא קחזינא, הרי צריך לכך חכמת הטבע ומחקר לרפואה, וביחוד לדעת בשפיר אם תוך מ' יום או לאחר כך, ולהבחין בין זכר לנקבה צריך חכמה הרבה וחקירה נפלאה, וכלו כל חכמות בחקירתם ולא יגיעו לכך, ומכ"ש שצריכים להבחין כאשר יכה איש את רעהו אם יש בו כדי להמית, ואם מת אם בשבילו הוא, ועל איזה חולה מחללים שבת:
חכמת צמחים ומחצבים, כמה גדול כח החכמים בזה, בענין כלאים לדעת שיעור יניקה עד כמה, ומה הוא טעם התערובות, ואיזה מין מותר בהרכבה ואיזה אסור, ובזה נכלל טבע בעלי חיים לדעת איזה מין יש בו הרכבה או לא, ואיזה מין חיה או בהמה:
וחכמת אומנות שקורין קאך, שחכם בה אפלטון בתקוני אכילות ומזגים, וממנה נולדה חכמת הרקחים ואפטיקין בלשון אשכנז, היא הצריכין להבין טעמי קרבנות מנחות ונסכים ופיטום הקטרת:
וחכמת אלקימייא, ובכללן פידמיע בכל חלקי התכת מתכות ושינוי טבעי מחצבים וכדומה, הוא צורך להבין טעמי בנין משכן ומקדש, איזה לכסף ואיזה לזהב ואיזה לנחושת וברזל, וטעם אבני חפץ באפוד וסגולתן, וכהנה סתרי הטבע מסתעפות בשורשה חכמת סימפאטי ואנטיפאטי שצריכין לבית דין של ישראל לדעת מה מגדר סגולה וטבע הענין ואין בו מדרכי האמורי, ומה שאין בו כלל שורש בחכמה הנ"ל והוא מדרכי האמורי:
ובחכמת הציור ונתוח יכירו על בוריה חכמת היד וחכמת פרצוף, ומי שאינו בקי בזה בטוב לא יבין חכמה הנ"ל על בוריה, ובזה נשיג ענין שיר השירים בתוארי שבח הגוף ראשך ככרמל ופרשת אתה תחזה כמ"ש הזוהר [יתרו]:
מחכמת ההגיון ומבטא נבין כל חכמת הדקדוק ונועם מליצה, ומופתים אמתים ומזויפים, ודברי צחות בתורה ובנביאים:
מחכמת המוזיקא אין לדבר, כי היא חכמת השיר, ובזה נבין כל ענייני הטעמים ונקוד השיר השירים בתורה ונועם מליצת לוים וכדומה בכל פרטי דברים, והם נגונים ישרים לשמח לבבות להסיר מרה שחורה, ולקנות הנפש שמחה שיחול בה רוח אלוה כמעשה הנביאים. ומה רב כחה של חכמה זו, אשר כל מלאכי מעלה וגלגלי שמים כולם ינגנו וישירו בשיר ונגון נועם כפי סדר טוב הקולות וחצי קולות, וכולם יש להם שורש בחכמת אמת, וכל תנועה יש לה שורשים, וכבר הארכתי גם כן בספרי הנ"ל, כיצד היתה כוונתם בתנועות עולמות עליונים בנגנם ובשירם ובתנועותם, כפי הנועם והניגון בחכמה הנ"ל בפה ובכלי להשמיע קול אחד:
וכמו כן חכמת בעלי נימוסים, שקורין יודצאליס ביוריס קאמוניס, שהוא משפט הכולל ושוה לכל נפש, הכל צריכים בית דין לידע להבחין בין משפט אלהים ומשפט בני אדם, ומשפט אלהים צדקו יחדיו, ומה שהיו בית דין צריכים לתקן עם המלך אשר במשפט יעמיד ארץ לצורך תיקון מדינה, וכהנה רבות חכמות אשר הם בכלל שבע חכמות, וכולן סניפים לתורתינו, ומשרתת הנערה תורתינו הקדושה, ועל זה אמר שלמה [שה"ש ו ט] אחת היא לאמה ברה היא ליולדתה וכו':
וזהו מאמרם על הנרות נגד נר מערבי ממנה היה מדליק ובה היה מסיים, והיינו כמ"ש כי ממנה מקור החכמות, ובה היו מסיימות החכמות, כי הכל ישובו למקורן, כמו הים אשר כל הנחלים הולכים ממנו וכאשר הולכים כן שבים ללכת, וכן הדבר בכל החכמות, ממנה מדליק ובה מסיים, כולן טפילות אצל התורה:
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:04 am

אמאל איז געווען דאס פארגעניגן פון געזאנג – חזנות! די געשמאק פון א געטראנק – א גוטע וויין! די אינטערעסאנטקייט פון א שפיל – טאלאנטירטע קונץ, און שעצונג פון א פראדוקט – האנט ארבייט צו נאטור.
היינט איז געווארן א פאקט, אז שיינע געזאנג איז - ווי מער מאדנע קולות און קרייען אין די וועלט אריין, איז א סטייל.. און חזנות איז א טפל. א געשמאקע טרונק - קען זיין גאזיגע סאדע, צו יעדע זאך וואס ציפט אדער זיס.. ווען ס'קומט צו קונץ מיינט עס ווי מער מ'שטעלט זיך איין די לעבן צו די כבוד, און א פראדוקט שעצט זיך ווי ביליג ס'איז, און ווי פאלטש גלאנציג ס'איז, און ווי סאך כ'וועל זיך נישט דארפן אנשטרענגן א דאנק דעם.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 664 מאל

הודעהדורך הערשי » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:59 am

די זיבן נושאים פון מיטל-אלטער אוניווערזיטעטן: די שלשיים און די ארבעתים. אויף לאטייניש:
Trivium et Quadrivium
ואלו הן: קריאה-כתיבה, מחשבה, דרוש, חשבון, גיאומטריה, נגינה, תכונה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 1:36 am

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אמאל איז געווען דאס פארגעניגן פון געזאנג – חזנות! די געשמאק פון א געטראנק – א גוטע וויין! די אינטערעסאנטקייט פון א שפיל – טאלאנטירטע קונץ, און שעצונג פון א פראדוקט – האנט ארבייט צו נאטור.
היינט איז געווארן א פאקט, אז שיינע געזאנג איז - ווי מער מאדנע קולות און קרייען אין די וועלט אריין, איז א סטייל.. און חזנות איז א טפל. א געשמאקע טרונק - קען זיין גאזיגע סאדע, צו יעדע זאך וואס ציפט אדער זיס.. ווען ס'קומט צו קונץ מיינט עס ווי מער מ'שטעלט זיך איין די לעבן צו די כבוד, און א פראדוקט שעצט זיך ווי ביליג ס'איז, און ווי פאלטש גלאנציג ס'איז, און ווי סאך כ'וועל זיך נישט דארפן אנשטרענגן א דאנק דעם.


viewtopic.php?f=23&t=4975
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 6:52 am

הגם אז @הערשי האט שוין געשריבען דא די ריכטיגע תשובה, איז מיר אינטרעסאנט דא מרחיב זיין מיט אינפארמאציע.

ליינער פון אידישע ספרי חסידות ודרוש, אפילו די וואס זענען געשריבען געווארען בזמן האחרונים, אדער ווי מען דופט עס אין אלגעמיין אין די מאדערנע עפאכע, באגעגענען זיך פיל מאל מיט מושגים פון וויסענשאפט וואס יענע ספרים האבען געוואוסט, און דאס איז טאקע א סימן אז חכמי ישראל האבען מעריך געווען און מכבד געווען די חכמות. דא עקא, אז זיי זענען אפדעיטיעד אויף די חכמות אויף אן אופן וואס געהערט בערך פינף הנדרעט יאר פאר זייער צייט. פילע אחרונים און חסידישע ספרים וועלן מצטט זיין מושגים פון וויסענשאפט וואס זענעם געווען אנגענומען אינ'ם מיטל אלטער, אן האבען בכלל א מושג אז אין זייער צייט האט זיך שוין די אנגענומענע וויסענשאפוט געטוישט און זיך פארגעשריטען געווארען מיליאנע מאל. דאס קומט לכאורה פון דעם וואס זיי האבען געליינט אידישע אדער אנדערע פאפולערע סייענטיפישע ווערק וואס זענען געשריבען געווארען אין מייטל אלטער, און האבען געלעבט אין א פארמאכטע געגנט ווי די נייעס פון די לעצטיגע סייענטיפישע ערפינדונגען איז נאך בכלל נישט אנגעקומען.

א גוטער משל פאר דעם איז דער ווילנער גאון, וואס מען דינגט זיך אביסעל ארום אין א שכינתו'דיגער אשכול אין דער מחלוקת הידוע וועגן זיין יחס צו חכמות חיצוניות. אבער אפילו די ערטער ווי ער איז יא מחשיב די חכמות, ווי למשל מאטעמאטיק. איז ער אונטערשטעליג אפאר הונדערט יאר אין דער געביט. דער גאון האט געארבעט אויף איבערטייטשען אוקלידס, בשעת וואס ער האלט שוין אין א צייט נאכדעם וואס ניוטון האט אויסגעטראפאן קאלקאלוס (אזוי שרייבט מען דאס?), און מאטעמאטיק האלט שוין טויזנט מייל ווייטער פון דעם.

דער פראבלעם מאכט שווער שוקל זיין די דעה פון חכמי ישראל בדורות אלה איבער די חכמות, ווי למשל דער שאלה וועגן דער גר"א. אדער אפילו אזא ספר ווי ספר הברית וואס אסאך גדולי ישראל ווי דער חתם סופר האבע מעריך געווען און געהאלטען מען דארף לערנען די סייענס מיט תלמידים. און למעשה איז די סייענס דארט בערך פעירי טעילס אפילו לערך די סייענס פון זמן החתם סופר.

די "שבע חכמות" איז נאך גאר א גוטער משל, און אפשר א הויפט משל, פאר דער נקודה. דער מספר ווערט געברענגט אין פארשידענע ספרי דרוש וחסידות, כולל אין ספרי הגר"א, ווען ער רעדט וועגן דער מצווה זיי צו קענען, כאילו דאס איז דער סך הכולל פון אלע חכמות חיצוניות. און עס הערט זיך גאנץ גוט דער נאמבער זיבען קעגן די שבע ספירות וכדומה, וואס איז א נומער וואס מען האט אמאל זייער ליב געהאט צו נוצען אויף אזעלכע זאכען..

וואס איז דאס שבע חכמות? כדברי הערשי, דא מיינט מען די SevenLiberal arts וואס איז געווען די בעיסיק קאריקאלאם אין מיטל-אלטער אוניבערזיטעטן. וואס אויף דעם האט מען באקומען א דעגרי, ענליך צו א MA. די זיבן ווערן צוטיילט אויף צוויי, הנקראים בשמם Trivium וואס דאס איז כולל גראמאטיק, לאגיק, און רעטאריק. (הערשי'ס טייטש צו קריאה-כתיבה, מחשבה, און דרוש, איז אומקלאר). און די צווייטע, מער פארגעשריטענע Quadrivium וואס איז כולל אריטמאטיק, גיאמאטריע, מוזיק, און אסטראנאמיע. די אלע האבען געהייסען אמאל א הכנה צו פילאסאפיע/טעאלאגיע, אדער "חכמות אלוהות". דער מושג ווערט אויך אסאך געברענגט אין ספרים , אז "שבע חכמות הם הכנה לחכמה אלוהות", בשעת וואס דער אריגענעלע מקור פון דעם מיינט פשוט אז נאך גראדואירען פון דעם האט מען געקענט אנהייבען לערנען טעאלאגיע, אין דער קאריקאלאם.
[חכמת הרפואה, ארכיטעקטור, וכו', זענען נישט נכלל אין דעם, ווארום זיי זענען נישט ליבעראלע, אדער 'פרייע', ארטס, נאר פראקטישע ארטס].

אין אידישע מקורות, וואס האבען לכאורה נישט געוואוסט פונקט די מקור פון די מושג שבע חכמות, אדער אפשר ווייל אמאל האט זיך געמאכט אנדערע סדרים אין די מספר, טרעפן מיר אמאל אנדערע וועגן פון דאס רעכנען. למשל רבינו בחיי אין פרקי אבות סו"פ ג, דער חיד"א אין מדבר קדמות, מערכת ח, פסקא ח"י, און דער גר"א אין קול התור, וואס רעכענן דאס אביסעל אנדערש. איך ווייס נישט פונקט וואס איז די סיבה פאר די חילוקים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך הערשי » מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 9:26 am

פאר מעדיצין און געזעץ, ציוויל און קאנאן, זענען געווען ספעציעלע אוניווערזיטעטן. ליבעראלע ארטן טייטשט פרייע מלאכות, דאס הייסט חכמות וועלכע זענען ראוי לכל בן חורין צו קענען, בניגוד צו פראקטישע ארטן ווי די ל"ט מלאכות וועלכע פאסטן זיך פאר עבדים ושפחות.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל

הודעהדורך א-נשמה » פרייטאג מאי 24, 2019 2:49 pm

פסיכולוגיה איז א פארוואסערטע פילוזופיה!

(ס'איז שוין ביזנעס אריין געמישט).
א-נשמה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט