עש"ק לסדר וירא ישראל את 'היד הגדולה' אשר עשה ד'

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

עש"ק לסדר וירא ישראל את 'היד הגדולה' אשר עשה ד'

שליחה דורך פישלע העררינג »

יד הגדולה.

יד החזקה.

יד על כס י-ה.

ימין ד' עושה חיל.

וימינו תחבקני.

וואס איז דאס דער האנט פון הקדוש ברוך הוא? קען מען עס אמאהל זעהן מיט אונזערע גשמיות'דיגע אויגן?

אני מאמין... אין לו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף. דאס איז פון די פונדאמענטן פון אמונה, און חלילה אז דער אשכול זאל אויסגעטייטשט ווערן אויף א אופן וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט דעם.

אט איז א ציטיר פון א לעצטיגע נייעס, וואס איז א חלק טשיקאווע - טאנג אין טשיק - און א חלק סייענס.

רעליגע מיט סייענס קלאפן זיך נישט צאם זייער אפט, אבער א נייע נאס"א עקס רעי בילד האט אראפגעכאפט א סעלעסטיאלע אביעקט וואס ענדלט אין א ג-טליכע האנט.

די קאסמישע "האנט פון ג-ט" בילד איז געשאפן געווארן ווען א שטערן האט עקספלאדירט און ארויסגעשאסן א ריזן קוואנטום פון גאזישע מאטעריאל, וואס נאס"א'ס נוקלעאר ספעקטראסקאפישע טעלעסקאפ עררעי, "נו-סטאר" אין קורצן, האט אויפגעכאפט דורך הויכע ענערגיע X שטראלן, געוויזן אין בלויע פארב אויפן בילד. נאס"א'ס טשאנדרא X-רעי אבזערוואטארי האט אויפגעכאפט די גרינע און רויטע שטראלן שוין מיט א צייט צוריק, נוצענדיג נידעריגע ענערגיע X שטראלן.

"נו-סטאר'ס וואונדערבארע קוקווינקל, קענענדיג זעהן מיט די העכסטע ענערגיע X שטראלן, ווייזט אונז פון פריער שטודירטע און אבזערווירטער אביעקטן אין גאר אן אנדער ליכט", האט די הויפט פארשערן פון נו-סטאר, פייאנע הערריסאן פון די קאליפארניע אינסטיטוט פואר טעכנאלאגיע אין פאסעדענא, געזאגט אין א סטעיטמענט.

nustar-hand-of-god.jpg


זעה דא אריגענעלע באריכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר