א נייער 'קאסמאס'

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

א נייער 'קאסמאס'

שליחה דורך הציץ ונפגע »

יארן לאנג האט סייענס באלאנגט פאר די סייענטיסטן. די גאונישע קעפ וועלכע האבן עוסק געווען אין סייענס האבן געהאט גאר ווייניג געדולד מסביר צו זיין זייערע טעאריעס און חידושים פאר דעם המון עם. דא דארט האט זיך געמאכט אז א סייענטיסט האט ברייטהארציג ערקלערט די אדער יענע פונקט, א ביישפיל ווי איינשטיין מיט זיין פאפולערע בוך איבער רעלאטיוויטעט, אבער בדרך כלל איז עס געווען א פארמאכטער וועלט ווי נאר די וועלכע האבן זיך דערקלעטערט איבער דעם מויער האבן געקענט האבן צוטריט צו און פארשטיין סייענס. דאס האט זיך אבער געטוישט פאר בערך 30 יאר צוריק, ווען א יונגער בריאליאנטער סייענטיסט און אסטראנאם, קארל סעיגען, האט פארגאפט די מאסן מיט זיין 13-חלקימדיגער טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "קאסמאס: א פערזענליכער רייזע". סעיגען איז געווען אן עלאקוואנטער מענטש מיט א שטארקן כאריזמע, און ער האט אין דעם טעלעוויזיע סעריע באוויזן פון איין זייט זיך אראפצולאזן און פארפשוטערן דעם קאמפלעצירטן סייענס פאר דעם המון עם, און פון צווייטן זייט צו ערוועקן אן אינטערעסע און נייגער אין המון עם צו זיך באקענען מיט די וואונדער און טיפקייט פון נאטור און סייענס. קאסמאס איז פאר צען יאר - פון 1980 ביז 1990 - געווען דער מערסט געקוקטער טעלעוויזיע סעריע איבער די וועלט. א געשאצטע 500 מיליאן מענטשן האבן געזען קאסמאס, און עס האט סטימולירט א גאנצע דור פון קינדער און צענערליגן זיך אריינצוווארפן און שטודירן סייענס.

אבער, ווי מען קען זיך פארשטעלן, איז 30 יאר גאר א לאנגער צייט. די פילם טעכנעלאגיע איז געלאפן פאראויס, און סייענס איז אויך נישט שטיין געבליבן. סעיגען'ס אלמנה, ען דריוען האט באשלאסן אז פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את קארל פאדערט זיך א נייער פילם, אן אפדעיטעד קאסמאס. דער פאסיגסטער קאנדידאט צו ערזעצן סעיגען, וועלכער איז געשטארבן אין יונגען עלטער פון 62 אין 1996, איז געווען דער שווארצער, פובליק שולע ערצויגענער, ניעל דיגרעס טייסאן. טייסאן איז באקאנט מיט זיין געוואלטיגער כח הסברה, און מיט זיין יכולת זיך אראפצולאזן צום המון עם און מסביר זיין קאמפלעצירטע מושגים ווי שווארצע לעכער אדער אנטי-חומר מיט פשוטע הסברים אז אפילו קינדער זאלן קענען פארשטיין.

אז עס זאל זיין א דבר השלם האט דריוען זיך פארבינדן מיט סעט מעקפערלען, דער וואס האט פראדוצירט פעמילי גיי, און צוזאמען מיט נאך האליוואד קארפן קעפ איז "קאסמאס: א ספעיסטיים נסיעה" באשאפן געווארן. דער רעזולטאט איז הערליך. עס איז נישט בלויז אן אפדעיט פון סעיגען'ס קאסמאס, נאר א יצירה וואס איז ראוי לעלות על שולחן מלכים בזכות עצמו, א הערליכער פראדוקט וואס נאר טאפ-נאטש סייענטיסן און פילם פראדוצירער האבן געקענט צוזאם שטעלן.

די סעריע האלט יעצט ביים דריטן עפיזאד און וועט פונקט ווי איר פארלויפער פארמאגן 13 עפיזאדן. מלכתחילה בין איך געווען סקעפטיש צו סעיגען מיט זיין היפנאטישן שטימע, כאריזמאטישער שמייכל, און דורכדרינגליכן בליק וועט קענען ווערן ערזעצט דורך סיי וועמען, אפילו דורך דעם פאוערפולען טייסאן. אבער נאכן קוקן די ערשטע צוויי עפיזאדן מוז איך מודה זיין אז די סעריע שטייגט איבער אלע ערווארטונגען. עס איז א מאסט וואטש!

מען קען זען אלע עפיזאדן א טאג נאך וואס זיי ערשיינען אויף טעלעוויזיע אויף דעם וועבסייט וואס איז ספעציעל געווידמעט פאר דעם שאו: http://www.cosmosontv.com/
אבער אין דעם זעלבן צייט קען מען נישט פארפאסן צו זען דער ערשטער קאסמאס פון סעיגען, וועלכע איז אוועלעיבעל אויף יוטוב https://www.youtube.com/watch?v=dADUBco ... 7D52968201

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר