ליגנט זאגן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3628 מאל

ליגנט זאגן

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליגנט זאגן

ליגנט זאגן איז עפעס אויף וואס מיר אלע ווערן אנגעווארנט שוין פון גאר קליינווייז אן. ליידער וויפיל מ'זאל נישט מעורר זיין איבער ליגנט און וויפיל מ'זאל נאר נישט דערמאנען די מצות עשה פון די תורה פון "מדבר שקר תרחק" זעט מען נאך אלץ פילע מענטשן וואס זענען געשטרויכלט אין ליגנט זאגן, און נאך אלץ באגעגענען מיר זיך מיט די סארט מענטשן וואס קענען זיך פשוט נישט צוריקהאלטן פון ווארפן ליגנטס רעכטס און לינקס. די גוטזאגערס באצייכענען די דוברי שקר מיט'ן באקאנטן ווערטל "ער ווערט רויט ווען ער זאגט די אמת."

פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זענען דא אזעלכע וואס האבן לייכט אויפגענומען ווען זייערע רבי'ס אדער עלטערן האבן זיי געלערנט די הארבקייט פון זאגן ליגנט, און פריער צו שפעטער האבן זיי במילא אליינס איינגעזען אז דאס וועט זיי נאר מער שאדן ברענגען ווי גוט'ס, און מצד שני זענען דא די אנדערע סארט, געשוואוירענע ליגענערס, וואס ס'איז זיי בשום אופן נישט אריינגעגאנגען אין קאפ. ליגנט איז ביי זיי ווי איינגעווארצלט אין נאטור. און איר ווייסט וואס כ'וועל אייך זאגן, ווי שטארק איר ווילט זיך איינרעדן אז איר זאגט "קיינמאל" נישט קיין ליגנט איז דער פאקט אז יעדער פון אונז ווערט נכשל דערין אמאל; און מיר טויגן פיהל בעסער דערצו ווי מיר מיינען.

אקעי, לאמיך אייך אויספרובירן. איך וועל אייך זאגן צוויי אמת'דיגע סטעטימענטס און איין ליגנט; לאמיך זען אויב איר קענט אויסטרעפן וועלכע פון זיי איז א ליגנט געווען. נומער איינס: איך פארמאג א מאשין אינדערהיים וואס מאכט פון פשוטע וואסער – צו קארבינעיטעד וואסער. נומער צוויי: איך בין געפערליך שוואך אין די שפיהל - שאך. נומער דריי: די פרעזידענט פון אמעריקע איז מיין פעטער. וועט איר אוודאי לאכן, נו זיכער ווייסט איר וועלכער פון די דריי איז א ליגנט געווען. אבער העי, דאס אז איך בין פארגעקומען ווי כאילו עמיצער וואס איז שלעכט אין שקר'ענען איז אויך א געווען א ליגנט!

א מין חיה, א מין ליגענער

האט איר געוואוסט אז אין לויף פון א צען מינוט שמועס מיט א פרעמדן מענטש, וועלן מיר מענטשן זאגן, ווייניגסטנס דריי ליגנטס אין דורכשניט! פארשערס וועלכע שטודירן ליגנט זאגן אז די באטייליגטע אינעם שטודיע טוען זעלטן וואס באמערקן אפילו, אז זיי האבן ליגנט געזאגט. און די שאלה איז פארוואס? פארוואס זאגן מיר ליגנט? וואספארא טובה אין לעבן ברענגט אונז אט די ליגנט זאגן? כדי דאס צו פארענטפערן, לאמיר קודם מקדים זיין מיט אן אינטערעסאנטן פאקט. מענטשן זענען נישט די איינציגסטע באשעפענישן וואס זאגן ליגנט. מיין בעסטע דוגמא דערצו איז קאוקאו די מאלפע, וועלכע מען האט אויסגעלערנט שטום לשון צוריק אין די ניינצן-זיבעציגער יארן. זי האט אין א פאל באשולדיגט איר קליין קעצעלע - וואס מ'האט איר געגיבן פאר א פּעט-שפילצייג - פאר'ן האבן ארויסגעריסן א קראן פון די וואנט אין איר צימער אנשטאט צו נעמען די שולד אויף זיך. אלזא זעהען מיר אז ליגנט זאגן איז נישט קיין נייע זאך אין נאטור. אבער פארוואס זענען דייקא מענטשן אזוי שטארק געשלאגן דערין?

[left]
NCIiI.jpg
NCIiI.jpg (4.38 KiB) געזען געווארן 1199 מאל
[/left]שקר דובר וכסף נוטל

איז קודם כל איז וויכטיג אין באטראכט צו נעמען אז מענטשן זענען גאר שטארק -געזעלשאפטליכע באשעפענישן און מיר פארמאגן גאר גרויסע מוחות פאר די פיהלע קאמפליצירטע סאציאלע באציהאונגען וואס מיר פירן נאכאנאנד איינער מיט'ן צווייטן. פאר אונז מענטשן איז זיין סוקסעספול אין די געזעלשאפט און מאכן אסאך פריינד - א שליסל אין אונזער הצלחה אין לעבן. אלזא איז גאנץ פארשטענדליך אז 'ליגנט זאגן' איז א גוטע מעטאדע צו פארזיכערן אז די פיהלע סאציאלע באקאנטשאפטן אונזערע, פארן ווי געשמירט און צו דער זעלבער צייט נאך אלץ קענען געניסן פון צייט צו צייט פון די אומטאלערירבארע אדער נישט אזוי אנגענומענע פארגעניגנס. דאס הייסט לדוגמא: אזוי לאנג ווי דיינע קרובים, פריינד און באקאנטע זענען צופרידן מיט דיר פארזיכערט דיר דאס זאלסט פארדינען אלע סארטן בענעפיטן, ווי למשל עסן; העכערע סטאנדארטן אין דיין געזעלשאפט; (פאר אונז אידן, בעסערע שידוכים), און דער אמת איז אז דורכ'ן ארומגיין זאגן פאר מענטשן דעם אמת אין פנים אריין מאכט מען נישט צופיהל חברים. פרוביר אויס צוצוגיין צו דיין פריינד מארגן צופרי אין ביהמ"ד און אים אריינזאגן אין אויער, ווי למשל, "ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, דער אמת איז אז דער היט קוקט אויס אויף דיר ווי א קנעפל אויף אן עליפאנט." אדער, "איך האב נישט געפלאנט דיר צו פארציילן, אבער אוי האב איך דיר נעכטן בארעדט אין שוהל, און מעכל דיין שכן האט אזוי גוטמוטיג מיטגעלאכט; סתם אין פאל אז דו האסט געמיינט אז ער איז דיין אמת'ער חבר."

אלזא די כישרון פון 'ליגנט זאגן' און די זעלבע די טאלאנט פון דערשפירן א ליגנט גייט שוין צוריק גאר פריה אין מענטשליכע היסטאריע; ווייל דאס איז איינפאך פון די יסודות'דיגע געזעצן פון געזעלשאפט. און אזוי ווי מיט אלע אנדערע וואפן געיעגן צווישן פעלקער דורכאויס היסטאריע, איז דער אנטוויקלונג פון 'ליגנט זאגן' אויך אדורכגעגאנגען אן עוועלוציע. ליגנט זאגן איז נישט אזא לייכטע עסק ווי עס קוקט אויס אויבנאויף. מענטשן זענען געווארן בעסער און בעסער אין זאגן ליגנט, און בעסערע ליגענערס האבן באקומען בעסערע פארדינסטן דערפון, האפענטליך... בלייבענדיג אין גוטע באציהונגען מיט זייערע קאמיוניטיס. און די זעלבע פון די אנדערע זייט, די וועלכע זענען בעסער געווען אין אויפצוכאפן ווען עמיצער זאגט זיי א ליגנט, זענען אסאך ווייניגער אפגעפאפט געווארן אין מסחר וכדומה. און אזוי זענען מיר געווארן בעסער אין ליגנט זאגן, אבער צו די זעלבע צייט אויך בעסער אין אנטדעקן א ליגנט.


אמת מארץ תמצח

אבער ווי מער די פעלקער האבן זיך ציוויליזירט און געווארן סאפיסטיקירטע געזעצליכע געמיינדעס אדער לענדער, האבן מענטשן מיטאמאל זיך געגעבן א שטעל אפ און געזאגט, "אקעי! גענוג איז גענוג! געענדיגט מיט די ליגנטס." ווייל היות די מעלות פון לעבן אין אין ארנטליכע געזעצליכע געזעלשאפט, אוואו מענטשן זענען פארטרויעליך איינער צום צווייטן, זענען אסאך בעסער ווי לעבן אין א לבן הארמי געזעלשאפט, האבן דערפאר מענטשן ביסלעכווייז איינגעזען אז מ'מוז ענדיגן מיט די ליגנטס. ווייל שטעלט אייך פאר ווי אזוי עס איז צו וואוינען אין א געזעלשאפט וואו דו קענסט נישט זיכער זיין אויב דאס קינד וואס דו ציהסט אויף איז ווירקליך דיינע, און אויב די קעמל וואס גרונם וויל דיך פארקויפן איז נישט נעכטן פארוויקלט געווען אין א מיאוסע צעזאמענשטויס און ער וועט זיך דארום מארגן אויסציעהן א טויטע און דאן, וועט די געלט וואס דו האסט באצאלט דערויף, טאקע זיין על קרן הגמל.

אין א סאסייעטי וואו בלאַנטע ליגענערס קענען אומגיין מיט א פרייע האנט, הערשט א טאטאלע אנארכיע, אלזא האבן די ארגאנאזירטע געזעלשאפטן אנגעהויבן מאכן סדר. און דא האבן למשל די קריסטליכע רעליגיעזע גייסטליכע פארגעשטעלט דעם קאנצעפט אז גאט באשטראפט די ליגענערס און טוט באלוינען די אמת זאגערס, ווייל גאט איז אויף די זייט פון די אמת זאגערס. אזוי ווייט אז אויב איז זיך עמיצן געקומען טויט-שטראף, אויף וועמענס זינד עס זענען קיין עדי ראיה נישט געווען, און עס איז נאר געווען די ווארט פון די פראוקאורן אדער גלחים, האט מען עס לייכט געקענט באשטעטיגן דורכ'ן אים ארויפציען אויפ'ן תליה און זען אויב דער שטריק רייסט זיך איבער... אין טאקע אין די געציילטע פעלער ווען אזאנס אדער ענליכעס האט פאסירט, האט מען דעם באשולדיגטן פריי געלאזט.

היינט צוטאגס, אין אונזער געזעלשאפט, איז 'ליגנט זאגן' א געפערליכע עבירה אויף וואס מען באקומט תפיסה. ווי למשל, פאר'ן ליגנט זאגן אין א געריכט הויז. און אויף דעם העלפט נישט קיין "פרי ספיטש." אויך אויב זאגט עמיצער ליגנט אז ער האט באקומען א מעדאל פאר'ן דינען אין די ארמיי, קען דאס אים קאסטן א זיץ אין חד גדיא.

א פאטאלאגישע ליגענער

אלזא, "ליגנט זאגן, ליגנט זאגן, טאר מען נישט!" אבער ווי אויבן געזאגט, טויגן מיר דערויף. און אונזערע מוחות וויל ליגנט זאגן. קינדער הויבן אן ליגנט זאגן גאר פריה אין לעבן. געוויסע פארשער זאגן אזוי פריה ווי זעקס מאנאטן אלט. כ'מיין, כ'דארף ענק נישט זאגן. איר האט שוין זיכער געזען ווי אזוי א בעיבי שטעלט אן א פנים ווי עס וויינט כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט און א האלבע מינוט שפעטער קוקט זיך ארום צו זען אויב עמיצער ארים קומט ווייזן עטוואס סימפאטיע. סייענטיסטן טראכטן אז דאס איז די צייט ווען בעיביס פאנגן אן צו לערנען זיך ווי אזוי צו זיין בעסערע ליגענערס, און ביי די צייט ווען זיי דערגרייכן די שולע יארן, וועלן קינדער זאגן לכל הפחות איין ליגנט פאר זייער מאמע, אין יעדע 5 שמועסן.

איינמאל מיר ווערן ערוואקסן זענען מיר שוין אזעלכע גוטע ליגענערס אז מיר קענען גאר ליגנט זאגן צו זיך אליין. די טריק וויאזוי ליגנט צו זאגן פאר זיך אליינס איז דורכן האלטן אין קאפ צוויי קאנפליקטענדע שטיקלעך אינפארמאציע, אויפאמאל אין די זעלבע צייט, און טראכטן נאר פון איינע בשעת'ן איגנארירן דאס אנדערס. מענטשן וואס זענען ווי מ'זאגט "געריבענע ליגענערס" קענען האלטן א פּאַק פון סתירה'דיגע אינפארמאציע אין זייער קאפ און געדענקען צו האלטן חשבון אויף יעדע איינע פון זיי. נעם למשל פאר א ביישפיהל "פאטאלאגישע ליגענערס", מענטשן וואס טוען במזיד לייקענען, באשווינדלען און באטריגן אנדערע מענטשן. די אייגנשאפט פון אזעלכע סארט מענטשן איז אז זיי זענען גאר גוט אין זעלבסט-פארנארונג. אין דעם מאמענט, בשעת ווען זיי זאגן א ליגנט, גלייבן זיי מיט'ן גאנצן הארץ זייער אייגענעם ליגנט.

א פארדרייטע קאפ

אינטערעסאנט אז די מוחות פון א פאטאלאגישע ליגענער און א נארמאלער מענטש האבן אייגענטליך פיזישע דיפערענצן. דער אינטערשיד איז אין די מערסט-פאדערשטע חלק פון די מח, גערופן די "פּרי-פראָנטעל קארטעקסט." מערסטנס ניורא-סייענטיסטן טוען אין זייערע שטודיעס לייגן א געוויכט אויף די גרויע-מעטטער פון די מח; דאס איז די מאטריאל אין די מח וואס טוט אייגנטליך פראצעסירן אינפארמאציע. למעשה, כמעט האלב פון די מח באשטייט פון ווייסע-מעטטער, דאס איז די טייל וואס באשטייט פון פארבינדעטע טישו וואס פירן די עלקעטרישע סיגנאלן פון איין גרופע ניוראנס צו די אנדערע. אלזא גרויע-מעטטער איז דארט וואו אלע פראצעסירונגען פאסירן, און ווייסע-מעטטער איז וואס פארבינדט די פארשידענע חלקים אין די מח.

[left]
image (2).jpg
image (2).jpg (8.27 KiB) געזען געווארן 1199 מאל
[/left]
אין א שטודיע פון די יוניווערסיטי אין דרום-קארליפאניע האבן פארשער געפינען אז פאטאלאגישע ליגענערס האבן בערך פינף און צוואנציג מער פראצענט - ווייסע-מעטטער אין זייערע פרי-פראנטעל קארטעקסט - פון אנדערע מענטשן. דאס איז מעגליך די סיבה פארוואס זיי קענען מאכן גאר אסאך פארבינדונגען, אין גאר א שנעלע צייט, צווישן די פארשידענע חלקים אין מח; און דאס איז וואס ערמעגליכט זיי צו האלטן אלע אינפארמאציע אין סדר אזוי ארום ערמעגליכענדיג אז זיי זאלן קענען סיי רוהיג אנהאלטן זייער ליגנט, און אויכעט צו קענען אפלייענען דעם מענטשן צו וועמען זיי זאגן די ליגנט. און ס'איז נאך נישט געענדיגט מיט דעם. זיי דארפן אויך מצליח זיין צו באהאלטן זייערע געפיהלן און ווארשיינליך אויך אליינס גלייבן אין די ליגנט וואס זיי זאגן.

סוף שקרן לגליה

איז די שאלה יעצט, פארוואס האבן נאכנישט די פאטאלאגישע ליגנערס איבערגענומען די וועלט, אויב האבן זיי טאקע אזעלכע געוואלדיגע פעהיגקייטן איבער אונז איבריגע תמימות'דיגע מעקעלעך?

אה, דער ענטפער איז: קען טאקע זיין אז די חברה האבן א איבריגע פארציע פון ווייסע-מעטטער, אבער ווען ס'קומט צו די גרוי-מעטטער, האבן די ליגענערס, א פערצן פראצענט רעדוקציע דערפון אין זייערע מח, אין פארגלייך צו געווענליכע מענטשן. די גרויע-מעטטער איז אוואו אלע קריטישע מחשבות ווערט פראצעסירט. טראכט דערפון אזוי: די ווייסע-מעטטער טוט פארשלאגן, "אהה, איך וועל זאג פאר זרח'ן אז איך האב רוח הקודש." און די גרויע-מעטטער ענטפערט אפ, "נעה, ער וועט מיר זיכער אנקוקן פאר א צעדרייטער."

פאטאלאגישע ליגענערס האבן גאר א שווערע פעלד ווען עס קומט אנצוהאלטן שלום בית אדער בלייבן אויף א סטאבילע שטעלע, וויבאלד נאך א שטיק צייט, ווען זיינע ארומיגע רעאליזירן אז זיי האבן דא צוטוהן מיט א בלעכענע כזבן, טוען זיי גיך פטור ווערן פון אים, און ס'איז נאה לעולם אבער נישט אזוי נאה להם.

אבער אויב עקזעסטירן אזעלכע גוטע ליגענערס אויף די וועלט, דאן ווי אזוי קענען מיר אויסגעפינען ווען דער יעניגער זאגט ליגנט? ריכטיג, עס זענען פארהאן געשולטע פארשער, און סאפיסטיקירטע מאשינען צו דערשפירן די פארשידענע סענסעטיווע ענדערונגען וואס געשעהט אין אונזערע קערפער בשעת'ן זאגן א ליגנט, ווי למשל א לייכטע טויש אין די שטימע, הארץ קלאפענישן און שוויצן, אבער גאר פיפיגע ליגענערס קענען צומאל דאס אויך באהאלטן. אויף דעם איז די ענטפער אז נישט קיין נפקא מינא וואסערע גוטע ליגענער דו ביסט וועט עס סוף כל סוף שטענדיג ארויסקומען. צו דורך די קערפער צייכענעס אדער דורך דיין ווערטער-אויסוואהל.

נעם א שטייגער אזא סטעיטמענט: "גלייב מיר! נישט איך בין געווען דער וואס האט פארציילט דעם לשון הרע אויף דיר."

דריי סיבות פארוואס זאלסט נישט מיר נישט גלויבן ווען דו הערסט מיר זאגן אזא סטעטימענט. איינס: א ליגענער וועט אלעמאל מקדים זיין, זאלסט אים גלייבן כדי דיך איבערצוצייגן ווי ערנסט ער מיינט עס און ווי ווייט ס'גייט אים אן זיין באגלויבטקייט ביי דיר. די ווערטער ווי "גלייב מיר!", "כ'מיין עס ערנסט!" אדער "כ'ווייס וועסט מיר נישט גלייבן, אבער.." זענען די ערשטע באווייז אז ס'פאלגט נאך א גלאטע ליגנט. צוויי: איך האב נישט גענוצט קיין ווערטער פארקירצונגען, ווי למשל, ס'איז, כ'האב, נאר אנשטאט האב איך גענוצט גאר פארמאלע שפראך. ליגענערס וועלן אפט באנוצן פארמאלע שפראך, אפצולייקענען עפעס וואס זיי זענען אייגנטליך יא באגאנגען. און דריי: איך האב געזאגט "נישט איך בין געווען דער וואס האט פארציילט דעם לשון הרע אויף דיר." איך האב מיך פרובירט ווי מער צו דערווייטערן פון דעם גאנצן סיטואציע.

מיר טראכטן פון ליגענט ווי פון עפעס וואס ווערט געזאגט מיט א אינערליכע אנגעצויגענע נערוועזיציטעט אבער דער אמת איז נישט אזוי. מיר באמערקן דאס נישט, אבער ווען מיר זאגן ליגנט טוען מיר פארשטייפן אונזערע קערפער, כדי צו שאפן זיכערקייט און קאנפידענץ. און מיר קוקן מער אריין אין יענעמ'ס אויגן בשעת'ן זאגן די ליגנט. נישט ווייניגער, נאר מער. שוין אביסל צו סאך.. ליגענערס וועלן אויך צומאל, בשעת'ן זאגן די ליגנט, מאנעווירן מיט זייערע קערפער אין א סארט מאניפעסטירונג וואס טוט געווענליך אנדייטן דאס פארקערטע פון דאס וואס זיי זאגן. דאס הייסט למשל: שאקלען דעם קאפ פון לינקס צו רעכטס בשעת'ן זאגן יא, און לאכן ווען זיי ענדיגן צו פארציילן א מעשה, אויך אויב די מעשה איז א שרעקליכע.

פארשטייט זיך אז די פארשער און לאו ענפארסמענט אגענטורן זענען כסדר פארנומען מיט'ן לערנען און טרענירן זיך וויאזוי אויפצוכאפן די געשולטע ליגענער וואס ווערן אלץ קלוגער און ראפינירטער ווי אזוי סוקסעספול צו באהאלטן זייערע ליגנטס פון די אינסטאנצן. זיי קומען אוואדאי כסדר אויף מיט מער פארגעשריטענע טעכנעלאגישע פראגרעמס און אפאראטן, אויגן-טרעקערס און MRI מח סקעננערס, צו דעטעקטן און כאפן די פארברעכער ביי א ליגנט און צו ערזעצן די אלטע ליי דעטעקטאר טעסטן.

נו, וועל איך אויב אזוי פרובירן צו זאגן מיינע צוויי אמת און איין ליגנט אויף א מח-סקעננער און זעהן אויב זיי וועלן דאס אויפפכאפן.

עה, כ'בין זיכער זיי וועלן מיר כאפן ביי דעם ליגנט. איך בין געפערליך שלעכט אין ליגנט זאגן.

אבער אפשר איז דאס אויך א ליגנט...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר