ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 01, 2020 8:43 am

מי אני האט געשריבן:משא״כ פארמענידיס האט געהאלטן די היפך: אלעס [די ריאליטעט] איז איינס און אלעמאל ביי רעסט און עס איז בכלל בעצם נישט דא קיין תנועה און טויש [ווייל תנועה מיינט לויט אים אז עס איז זיך מתנועע אריין אין צו בעצם אן אַין, וואס דאס קען דאך נישט זיין; ״פון גארנישט, גארנישט קומט״]. און הגם עס ״זעהט אונז אויס״ אנדערש, איז אבער אלעס וואס עקזיסטירט טאקע בעצם איין גאנצע אומטוישבארע זאך עט רעסט. עס איז אויך באמת נישט דא קיין הוה והפסד. (די קאנצעפט פון ״זיין״.)

אפלטון האט געוואלט מאכן א השוואה צווישן זיי צוויי אז שיטתו של העראקליטוס איז ״הא לן״ בעלמא הדין, ושיטתו של פארמענידיס איז ״הא להו״ אין די פלעטאניק רעלם (עיין כאן).

מ׳קען דאס אפשר מקשר זיין מיט דאס וואס דער אראבישער פילאזאף אל-קינדי (בתקופת הגאונים) איז מקשר אין זיין אויף ערשטע פיליזאפיע דאס ״זיין״ מיט ״אמת״. און אין דעם פאל, אז דאס ״זיין״ מיינט אז עס איז באמת נישט דא קיין טויש אין זאכן און זיי בלייבן אין רעאליטעט על אמיתתם (האחת, דהיינו איין זאך באמת - איין אמת). ובפרט טאמער נעמט מען אן אז דאס איז אין די פלעטאניק רעלם - דעם עולם ה״אמת״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

Re: ניוטאנ'ס ערשטע געזעץ איבער מאושן

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 08, 2020 10:19 am

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ו פ״ד) זאגט א משהו ענליך צו, להבדיל, פּארמענידיס׳נס מהלך לגבי צו פארענטפערן די שוועריקייט אז ווי אזוי קען ארויסקומען פון אן אחד הפשוט אן אחד שהוא מורכב אפילו במהותו? ער ענטפערט (פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז בעצם קומט אלעס ארויס משפעו של הקב״ה שהוא טובו, וממילא אפילו די זייטיגע זאגן [ההרכבות וכו׳] זענען איינס מכח טובו. אין אנדערע ווערטער, אלעס איז בעצם איינס; אלעס איז איינס בזה אז עס איז בעצם טובו של הקב״ה ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron