ונבנתה העיר האט געשריבן:כשמו כן הוא, טרעוולן אין זמן, צו אריין אינעם עתיד אדער צוריק אינעם עבר.
ישראל, דאס איז נישט א דיסקוסיע וואס פארנעמט אן 'איך טראכט/דו טראכטס', בכלל קומט זי זיך שווער אויס מיט סברות (עכ"פ אין די ערשטע שטאפלן), מיט כרסיות אודאי.
מען דארף קודם פארשטיין אסאך הקדמות, ובפרט דארף מען גוט ארויסהאבן וואס איז 'זמן' בכלל און די תורת הרעלאטיוויטי פון איינשטיין.
אינעם אשכול איבער רעלאטיוויטי האבן מיר שוין געהאט א געוויסע בחינה פון טיים-טרעוועל אריין אינעם עתיד, ווען איינער פארט מיט א געוויסע ספיד פאר 10 יאהר און דערנאך קומט ער צוריק וועט ער זעהן ווי פאר די איבריגע וועלט איז שוין אריבער 60 יאהר, אין אנדערע ווערטער איז ער - אין א געוויסע בחינה - אריינגעפארן אין די וועלט'ס עתיד.
מאטי האט געשריבן:טיים טראוול איז אקסימאראן אין דעפיניציע. ווייל דאס זאגט אז איך גיי צוריק צו א געוויסע צייט מיטן מהות פונעם יעצט וואס איז נישט געווען די ערשטע מאהל .
עסקן בדברים האט געשריבן:אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך מיין אז סטיווען האקינג טענה'עט אז פון דעם וואס מיר טרעפן זיך נישט היינט אן אין טיים-טרעוולערס פונעם עתיד איז מוכרח אז טיים-טרעוועל וועט קיינמאהל נישט דעוועלאפט ווערן.
עסקן בדברים האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:טיים טראוול איז אקסימאראן אין דעפיניציע. ווייל דאס זאגט אז איך גיי צוריק צו א געוויסע צייט מיטן מהות פונעם יעצט וואס איז נישט געווען די ערשטע מאהל .
אויב ס' נישט געווען די ערשטע מאהל ביסטו גערעכט, אבער ווער זאגט ס' נישט געווען די ערשטע מאהל? אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן
מאטי האט געשריבן: למעשה איז יעצט פארהאן צוויי עבר'ס. מיין הוה מיטן טיים טרעוולער אינעם בילד, און דער טיים טרעוולערס עבר.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט