ניי-אנטעדעקטע מינים (species) פון חיות

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

ניי-אנטעדעקטע מינים (species) פון חיות

שליחה דורך יידל »

מען האלט אין איין אויפדעקן נייע און פרישע מינים פון חיות, בהמות, פיש און אינסעקטן. (אין די וויסנשאפטליכע וועלט, ווערט א מין עפ"ר גערעכנט לויט מיט וועם די חיות זענען זיך מזווג, ווי אויך לויט אויסערליכע און אינערליכע כאראקטערן. אין די תורה, להבדיל אא"ה, איז די טייטש פון מין ברייטער, ואכמ"ל.) פאלגנד זענען 10 פון די נייע מינים וועלכע זענען אנדעקט געווארן אין די לעצטע יאר צייט.

די ערשטע איז א נייע מין דזשעלי-פיש. דער דזשעלי פיש באלאנגט צו א גרופע דזשעלי-פיש וועלכע ווערן אנגערופן "Bonaire banded box jellyfish" און זענען זייער שיינע פיש, און אויך זייער גיפטיג. די אייגנארטיקייט פון די גרופע דזשעליפיש איז אז זיי פארמעגן דעם חוש הראיה, אנדערש וווי אלע אנדערע מינים דזשעלי-פיש. די נייע מין האט מען אנטדעקט אויף אן אינזעל אין די דאטש קאריביענס און איז געגעבן געווארן געם נאמען "טעמאיא אהבוי - Tamoya ohboy", על שם די אויסשריי פון "!Oh boy" ווען מ'באקומט א שטעך דערפון.
1-jellyfish.jpg
1-jellyfish.jpg (77.38 KiB) געזען געווארן 3979 מאל


די צווייטע איז א מאלפע וועלכע מ'האט געטראפן אין די וועלדער פון בורמא א נאמען געגעבן Rhinopithecus strykeri. די מאלפע האט א נאז וועלכע איז אויסגעדרייט אויף ארויף, עד כדי כך אז ווען עס רעגנט הערט עס נישט אויף סניזן פון די רעגן וואס רינט אריין אין איר נאז. לויט געוויסע פארשער, זיצט די מאלפע מיט איר קאפ צווישן די פיס ווען ס'רעגנט כדי נישט צו ווערן אנגעפילט מיט די וואסער וועלכע רינט אריין דורך די נאז...
2-sneezing-monkey.jpg
2-sneezing-monkey.jpg (37.76 KiB) געזען געווארן 3979 מאל


די דריטע אויף די ליסטע איז די ווארעם וועלכע מ'האט געטראפן די טיעפסטע אין די ערד, כמעט א מייל אראפ, טיפער פון סיי וואספארא ווארעם וועלכע מ'האט שוין אנטדעקט. די ווארעם האט מען געטראפן אין א גאלד מינע אין זיד אפריקע און ויקרא שמה בישראל שטן'ס ווארעם (Halicephalobus mephisto אין לאטייניש) על שם די היץ און פרעשור וועלכע די ווארעם דארף אויסהאלטן אזוי טיף אינטער די ערד. די ווארעם איז גאר פיצל, קוים 0.02 אינטשעס, און די בילד איז געכאפט געווארן מיט א מיקראסקאפ.
3-devils-worm.jpg
3-devils-worm.jpg (47.49 KiB) געזען געווארן 3979 מאל

די ווארעם ווערט דא געוויזן קריכענדיג אין אזוינע פיצינקע פילם געמאכט פון באקטיריע.
די ווארעם ווערט דא געוויזן קריכענדיג אין אזוינע פיצינקע פילם געמאכט פון באקטיריע.
3-Halicephalobus-mephisto.jpg (29.18 KiB) געזען געווארן 3979 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר