אבלה הארץ

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 978 מאל

אבלה הארץ

שליחה דורך הערשי »

[justify]את אשר יגורנו בא לנו

די טויטליכסטע מגיפה אין מענטשליך רעקארדירטע היסטאריע האט שוין אויסגעבראכן און בושעוועט אצינד אין מערב אפריקע. די מגיפה באדראעט יעדער מענטש וועלכער וואוינט אין א שטאט פארבינדן מיט שאסייען צו א שטאט מיט א לופטפעלד וואו עס לאנדן עראפלאנען וואס פליען אריין פון לופטפעלדער פארבינדן מיט אפריקע.

דער מלאך המשחית הייסט איבולא, וא"ד עבאלא (Ebola).

איבאלא הרג'ט אוועק 90% אנשטעקיגע. צו לייגן אין פראספעקטיוו, די שווארצע מגיפה (Yersinia pestis) אין מיטל-אלטער האט אויסגעראטן מערסטנס 50% פאפולאציע אין געוויסע שטעט. דאס איינציגסטע חולאת ארגער פון איבאלא איז רבי'ס (rabies), כל באיה לא ישובון, (ווען סימטאמען קומען שוין ארויס, און ס'לעצנטס געווען אויסנאמען פעלער). רבי'ס שטעקט אן נאר א געקליבענע צאל יחידים, די וועלכע זענען ארומגענומען מיט הינט, סבבוני כלבים עדת מרעים, אדער אן עטלף, אדער געביסענע פון אנדערע רבי'ס פאציענט. איבאלא אבער פארשפרייט זיך שנעל און אנדרלמוסיא באה לעולם, וכיון שניתנה רשות למשחית. דערפאר איז איבאלא דאס ארגסטע וואס איז נאר אמאל געווען, און די גויאישע טפשים וועלכע מיינען זיי פירן די וועלט זענען ערנסט באזארגט פארן עתיד פון דאס מבחר היצירה.

די אונטערגאנג וואס האט אויסגעבראכן סוף מערץ דהאי שתא, נעמט שוין ארום פיר לענדער אין מערב אפריקע, האט שוין אנגעשטעקט כמעט פינף טויזנט, און האט שוין פארלענדט צוויי האלב טויזנט, ועוד ידו נטויה, יד חזקה זו הדבר.

די פאראייניגטע שטאטן האט זיך נעכטן ווידער אפגערופן צום רוף פונעם וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע (WHO), און פארשפראכן דריי טויזנט טרופן און א דריי פערטל ביליאן דאלער צו העלפן אפריקע ספראווען זיך מיט איבאלא. מוסד ביל ומלינדה גייטס האט פארשפראכן א ברייטהארציגע 50 מיליאן דאלער. כאטש וואס די חשובע מוסד איז בעיקר קאנצעטרירט צו באקעמפן איידס און מ'מישט נישט אויס קיין צדקות, האט זי געמאכט דא אן אויסנאם.

איבאלא איז א מחלה וואס מ'קומט איינס צו דריי וואכן נאכן אנגעשטעקט ווערן מיט איבאלא-וויירוס. ס'דא פינף סארטן איבאלא-וויירוס, חוץ מארבורג, און איבאלא זאאיר איז דאס ווילדסטע. ס'פעלט זיך אויס בלוט אדער פליסיגקייט קאנטאקט. איבאלא-וויירוס ווערט נישט פארשפרייט אין די לופט, חוץ איבאלא רעסטאן, וואס איז אומשעדליך פאר מענטשן.

די וויירוס איז א פאדעם-וויירוס און איז (איראניש, אדער דוקא) גאר א פשוט'ע, מיט א נישטיגע אכט פראטינען, א נעגאטיוו רנ"א, און קיין קאנווערט. וויירוס שטעלט אפ אימיון פונקציע דורך בלאקירן אינטערפעראן וואס איז וויכטיג פאר ווייסע צעלן צו קאמיוניקירן, הויפטזעכליך אין קאמף קעגן וויירוסעס. ווי אויך שעדיגט עס אינעוויניג פון די אדערן, אקטיוויזירנדיג דערביי קאעגולאציע און DIC. אינערליכע בלוטיגונג טוט נאכפאלגן. ענדגילטיג טויט פון נירן אפשטעל (כליית כליות), לונגען, לעבער, הארץ אפשטעל. עד כאן לשונו, סתם ולא פירש, ומי יתן והיה כל עם ה' נביאים.

אין יאר תשנ"ה האט ריטשרד פרעסטאן ארויסגעגעבן די גאר אויפגעכאפטע חיבור The Hot Zone, א נ"י טיימס קופצין עליה זבינין. דער ספר שילדערט די איבלען פון איבאלא גאר דראמאטיש און רויט פון בלוט געשפריצעכץ, און האט בשעתו אנגעזייט אימתה ופחד אין די הערצער פון ליינער. אין אן אנדער קופצין זבינין, איבערגוס פון דוד קוויימאן (Spillover, 2012), דעקט ער אויף אז פרעסטאן האט היבש מגזם געווען און צוגעפוצט. נישט אז איבאלא איז ווייניגער טויטליך, נאר ס'איז מער טויט ווי רויט, און נישט אלס זעט מען די טויזנט פאר אויגן פונעם מלאך המוות. פרעסטאן פאררופט זיך א נישט-פיקציע דראמאטיסט. אן אנדער בוך זיינער, דוקא יא א פיקציע, איבער ביאלאגישע טעראר אין די הימלען האט, אזוי הייסט עס, גוט איבערגעשראקן פרעז. קלינטאן, און אים באאיינפלוסט צו אינוועסטירן מיליאנען אין קאנטער-טעראר. דאס איז געווען בעפאר די 9/11 עפאכע. שטייטצעך קלינטאן לייקנט ער האט געפאסט באשלוסן איבער א ראמאן.

פון וואו איז ארויסגעוואקסן דער איבאלא אנשיקעניש, און אין וועלכע טאג איז דאס באשאפן געווארן?

איבאלא, אזויווי עידס און א טייל אנדערע נייע מחלות, קומען פון בעלי חיים, און כאפן זיך אריבער צו דאס מענטשהייט צוליב די נייע מאדעס וואס קומען ליידער ארויס חדשים לבקרים. מען האקט אויס וועלדער וואס שעפערן מיט מיליאנען סארטן באשעפענישן פון וועלכע דער מענטש האט נאך קיינמאל געהערט אדער באגעגנט פריער. צומאל געלונגט פאר א וויירוס צו מאכן דעם איבערגוס און זיך צו באזעצן אינעם מענטש.

צא ובדוק, שרייבט זשאן קעלי אין זיין בוך איבער די שווארצע מגיפה The Great Mortalility. ותמצא, אז ווען אימער דבר בא לעולם, איז פארדעם געווען רעב באה לעולם אדער חרב בא לעולם. אין וויסנשאפט רופט מען דאס לעבנספערע אן עקאלאגישער סיסטעם. א סיסטעם באשטייט פון קלימאט, צמחים, רמשים, עופות, חיות טורפות און אויך מחלות. ווילאנג די עקאלאגיע איז באזעסן שליו ושאנן זענען די מחלות אונטער קאנטראל. יא, ס'שטארבן בעלי חיים דא אין דארט, אבער ס'נישט נגזר קיין גזרת כלייה ח"ו. איינמאל די עקאלאגיע ווערט אויפגעשאקלט, קענען זאכן גיין ארויס פון קאנטראל. אן אויפשאקלונג קען זיין נאטירליך, ווי א טריקעניש, ערד ציטערניש, מי באש מי במים. אדער קען דאס אנגעברענגט ווערן דורך מענטשן. קנאקן בוימער, אויסשפריצן אינזעקטן, פארפעסטיגן טייכן, אויפפרעסן אלע פיש אין ים, וכדומה.

ועוד יש לומר נאך א טעם פארוואס אינעם היינטיגן דור הערט מען זיך אן פון חולאת'ן אשר לא שערום אבותינו, און דאס איז דער ענין פון תיקון הדרכים. אין אפריקע איז דא א שאסיי גערופן דרך חיבה די עידס שאסיי. אט אויף דעם שאסיי זענען לפי המסורה געפארן אנשטעקיגע פון שטאט צו שטאט און פון דארף צו דארף און פארשפרייט ליבשאפט. אין די מערב וועלט האט געהייסן אז די תועבה פארשפרייט עידס. אזוי האט מען זיך בארואיגט שלום עלי נפשי, כ'בין דאך שטארק מאראליש. ריכטיג ס'איז געווען א זכר א שייגאץ א פראנצויז א שלאנג וועלכער האט דאס באוואוסטזיניג פארשפרייט, און די גימלען האבן דאך נישט אנגענעמען חרם דרבינו גרשום, האט זיך דאס פארשפרייט ווייט. אבער געקומען איז דאס פון אפריקע, דורך באנען און עראפלאנען, נישט פון תועבות.

איבאלא איז גלייך צו עידס, און אנדערש פון עידס. ביידע קומען צו מענטשן פון מיני מאנקיס. SIV איז א מאנקי וויירוס ענדליך צו HIV די מענטשליכע ווערסיע. איבאלא כאפט זיך אריבער צו מענטשן דורך מאנקיס, אבער עס איז נישטא קיין ווערסיע פונעם וויירוס נאטירליך אין מאנקיס. מאנקיס שטארבן געשווינד פון איבאלא. א וויירוס קען קונה שביתה זיין אין א בריה נאר אז דאס שאדט אים נישט, אדער הרג'ט אים אפ פאמעליך. עידס הרג'ט פאמעליך. א קראנקער קען ארומגיין אנזייען וויירוסעס, און איידער די שפראנצונגען וואקסן אונטער, זייען זיי ווידער איין. אזוי האט די וויירוס א קיום. איבאלא שלאגט באלד איר פאציענט שטערבליך קראנק. אלע רוקן זיך אפ פונעם מצורע. איבאלא קען אדער אויסראטן דאס אנושיות מיט איין שאס, אדער אונטערגיין. דאס זעלבע מיט מאנקיס. אין די לעצטערע יארן האט איבאלא אויסגעקוילעט גאנצעטע וועלדער מיט גארילאס און שימפאנזיעס בבת אחת. דערפאר קען נישט איבאלא קומען פון מאנקיס. ס'הייסט אז דער עטלף איז דער ארגינאלער גאסטגעבער.

אויפדערווייל איז נישטא קיין היילונג אדער וואקסין קעגן איבאלא. כאטש מען ארבייט שוין יארן לאנג דערויף, איז א וואקסין הערשט יעצט אין קלינישע פראוו. ס'איז פארשטענדליך די שוועריגקייט אין ארבייטן מיט א וויירוס אין וואס איין שלעכטער טריט איז א טויט אורטייל.

כל המחלה לא אשים עליך כי אני ה' רופאך[/justify]
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר