אסטראנאמיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:08 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...

צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.

ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.

איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך קווארטין » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:31 am

ידען האט געשריבן:
קווארטין האט געשריבן:כאב געהערט אז די חכמה פון מייקראוועיו האבן סייענטיסטן אויסגעטרפן דורכדעם וואס מ'איז געווען אין ספעיס. ווייסט איינער דא צוזאגן דערוועגן?, אויך וואס איז דאס מייקראוועיוו, און מיט וואס איזדאס אנדערשט ווי א געווענליכע אויוון לגבי כשרות/בליעות וכדו.
אויב איינער קען דאס מבער זיין, תבוא עליו ברכה.

וואס ווילסטו מבער זיין? די מייקראוועיוו אדער די געהעריגע אויווען?...

די מייקראוועיוו, די טעכניק דערפון, וויזוי ס'ארבייט, און דאס ברענגט אוטומאטיש א חילוק להלכה, קודם כל אז מ'קען אריין לייגן א דאבעל-רעפד עסן אין א נישט כשר מיקראוועיוו, אין דאכטזיך מיר אז לגבי כשר'ן איז אויך דא א חילוק פון א געהעריגן אויוון, אויב מ'קען בכלל כשרן א מיקראוויעיוו.
פארשטייטזיך אז דע נושא קומט נאר אריין אויב די חכמה מיקרגוועיוו, האט מען דערשנאפט
פון ספעיס.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:15 am

גראדע די מייקרא-וועיוו קומט נישט פון NASA, אבער אסאך אנדערע ערפונדיגען וואס מיר נוצן יעדען טאג קומט יא פון זיי, און לאו דוקא אז מ'האט געטראפן די טעכנעלאגיעס אויפן לבנה, נאר כדי צו שיקן מענטשען אהין זענען זיי אויפגעקומען מיט די זאכן, ווי למשל, זיי האבן ערצייגט א וועג פון מעסטען די טעמפעראטור און ראדיעישען פון ווייטע שטערענס, און די זעלבע טעכנעלאגיע ווערט גענוצט פאר די פיבער מעסטערס וואס מ'לייגט אין די אויערען, וואס מעסט די טעמפעראטור פונעם אויער דראם.
כדי די געצייג פון די אסטראנאטן זאלן זיך נישט צוקראצט אין די הויכע ספערן פון ספעיס שטויב און ברוכווארג, ספעציעל די פענסטערל פון די העלמעט, זענען זיי אויפגעקומען מיט אום-קריצבארע (סקרעטש ריזיסטענט) גלאז וואס ווערט היינט גענוצט אין אויגן גלעזער.
אנטי אייסינג וואס מ'נוצט פאר עראפלאנען קומט פון נאסא.
די גריבעלעך און קריצן אויפן זייט פון הייוועיס וואס מאכן נויס ווען מ'פארט אראפ פונעם לעין קומט אויף פון נאסא.
געוויסע וואסער פילטערינג טעכנעלאגישע דורכברוכן קומט פון זיי, זיי האבן ערצייגט די טעכנעלאגיע וואס לאזט די איינוואוינער אויפן אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער איבערצוניצן (לייען: איבער צו טרינקען) די וואסער דארט מערערע מאל.

דאס איז נאר אפאר פון די הונדערטע זאכן וואס מיר האבן צו באדאנקען אונזער ספעיס פראגראם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:00 am

געפילטע פיש האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, איין זאך נאר, דאס וואס דו שרייבסט
חאצקל האט געשריבן:קומט אויס, אז הונטן, איז וואס נענטער צו די וועלט -נישט קיין חילוק וועלעכע זייט פון די וועלט באל- און אויבן איז ווייט פון די וועלט. און דאס וואס מ'רופט דעם נארט פאל אויבן, און זיט פאול אינטן האט גארנישט מיטן מציאות...

צפון און דרום זענען יא פיזיקאלע מציאות'ער אין צוויי זאכן, איינס אז די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס, און די מאגנעטישע פיעלד וואס נעמט ארום די וועלט ציט אויך אויף צפון, דערפאר וועט די ווייזערעל פון א קאמפאס ווייזען אויף (מאגנעטישען) נארט.

ער מיינט צוזאגן אז זיי האבן נישט מיט'ן מציאות פון אויבן און אונטן.

איך האב מיך פארגעשטעלט אז ער ווייסט דאס, כ'נאר געשריבן להוציא מלבן, אז דר'עולם זאל נישט האבן קיין טעות.


אויבן און אונטן איז גראדע יא א מציאות. וויבאלד די וועלט גייט ארום די זון איז דא אן אורביט וואס אויף דעם פארט די וועלט, און לגבי די אורביט איז איז איין זייט אלעמאל אויבן און איין זייט אלעמאל אונטן.
אזוי ווי א באלל וואס פארט אויף טרעקס אבער אנשטאט זיך רואלען ריקט זיך עס גראד ווי א טרעין. קומט אויס אז אפילו אויב די באלל כלפי עצמו האט נישט קיין אויבן און קיין אונטען אבער כלפי די טרעקס איז דא איין זייט פונעם באלל וואס זיצט כסדר אויף די טרעקס - און דאס רופט מען דעם אונטען, און די אנדערע זייט איז אלעמאל אויף ארויף (כלפי די טרעקס) - און דאס רופט מען דעם אויבן.

איך האף אז איך האב עס געניג קלאר מסביר געווען, און אויב נישט, ואתכם הסליחה.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:13 am

וואס איז די טרעקס אין די נמשל??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:18 am

די אורביט פון די וועלט ארום די זון
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:23 am

EarthOrbitDiagA.jpg
EarthOrbitDiagA.jpg (29.2 KiB) געזען געווארן 1785 מאל
קוק אויף די דייעגרעם. די אורביט איז די טרעקס און NORTH איז אלעמאל אויף ארויף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נאך א פשט אום מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:24 am

אבער וואס מאכט אז דאס ווואס די רופסט "ארויף" זאל טאקע זיין "ארויף"??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:28 am

אויב די פארשטייסט ביי די טרעקס אז די זייט וואס זיצט אויפן טרעקס איז די אונטען און די פארקערטער זייט איז אויבן, פארוואס פארשטייסטו נישט די זעלבע מיט די וועלט כלפי די אורביט.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:30 am

ניין. איך פארשטיי נישט אז ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי אויוון אדער אונטען!! דא אויף די וועלט ווייס מיר אונז אז די הימעל איז אויוון , אבער וואס אין ספעיס זאגט אונז וואס איז ארויף און וואס איז אראפ??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:41 am

לגבי ספעיס איז נישט דא קיין אויבן אדער אונטען אבער לגבי די אורביט איז יא. אויב מען זאל נעמען טרעקס און עס לייגען ארויס און ספעיס וועט נאך אלץ איין זייט זיין דער אויבן און דער אנדערע זייט דער אונטען.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:50 pm

נאך א פשט, קוק וואס כ'האב געטון מיט דיין דיאגראם, וועסטו זען פארוואס ראשעקאל איז גערעכט. עס איז נאך אלץ פאקטועל אקוראט, אבער צפון איז יעצט אויף אראפ.
בייגעלייגטע פיילס
EarthOrbitDiagA.jpg
EarthOrbitDiagA.jpg (30.51 KiB) געזען געווארן 1778 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:43 pm

אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט.
יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:04 pm

נאך א פשט האט געשריבן:אמת אז מען קען איבערדרייען די גאנצע זאך און זאגן אז SOUTH איז אויבן און NOTRTH איז אינטען. אבער דאס בלייבט אלעמאל אז NORTH און SOUTH זענען די אויבן מיט די אינטען און נישט EAST און WEST אדער NE NW SE SW און דאס איז נאר צוליב די אורביט.
יעצט פארוואס NORTH הייסט אויבן און נישט SOUTH, אויף דעם איז דער ענטפער זייער פשוט. וויבאלד בימים ההם האבן מענטשען (עכ"פ אסטראנאמערס) נאר געוואוינט אין די northern hemisphere האבן זיי גערופן זייער זייט 'ארויף' און די אנדערע זייט אראפ.

און דאס האב איך געשריבן אויבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די אקסיס אויף וואס די וועלט דרייט זיך איז ביי די נארט און זיד פאולס

אבער דאס אז זיי האבן געוואונט אין די נארטערן העמיספעיר מאכט נאך נישט נארט זאל זיין אויבן, דאס איז נאר די סיבה פארוואס ביי אונז הייסט עס אויבן, און מאפעס ווערן געמאלן מיט נארט אויף ארויף.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:11 pm

די אקסיס זאגט נאר אז יענע נקודה אויפן כדור איז א מקום מסוים, עס זאגט אבער נישט אז דארט איז אויבן און אונטן, עס וואלט געקענט זיין אז מזרח ומערב זענען אויבן און אונטן, און די וועלט דרייעט זיך ווי די רעדל פון א קאר.

אויף דעם האט נאך א פשט מחדש געווען אז זיי זענען יא אויבן און אונטן מכח די ארביט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך נס קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:13 pm

גוט וואס דו האסט מסביר געווען וועגן גרעוויטי איך וויל נאך אבער פארשטיין אויב איז אויף אנדערע פלאנעטן נישטא קיין גרעוויטי וויאזוי כאפן די אסטראנאטן א גריפ אויפן פלאר צו קענען כאפן א שפאציר, אמאל גיהערט אז אפילו אהן גראוויטי וועגט מען נאך אלס אראפ אביסל אבער די גראוויטי מאכט עס מער איז שוין פארשטענדיך וויזוי מ' כאפט א גריפ, דאס פארשטיי איך בכלל נישט אויב די נעמסט אהן די דעה וועל איך מיך מער מסביר זיין
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:46 pm

שוין איינמאל דא גראוויטי אויף אנדערע פלאנעטן, אלעס ווענט זיך אין די מעסס פונעם פלאנעט, און די ווייטקייט פונעם מענטש (אדער סיי וועלכע אנדערע אביעקט) צום צענטער פונעם פלאנעט. א פלאנעט וואס איז דאפעלט די מעס פון אונזער וועלט, האט דאפעלט ציאונגס קראפט, א מענטש וואס וועגט בהאי עלמא 200 פונט, וועט דארט וועגן 400, דזופיטער למשל האט באלד צוויי א האלב מאל אזוי סאך גרעוויטי ווי די כדור הארץ, די זון, זיבן און צוואנציג מאל אזוי סאך. מארס וואס איז קלענער פון די וועלט האט א דריטל גרעוויטי, און די לבנה וואס איז סאך קלענער האט נאר א זעקסטל און אזוי ווייטער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך קול דודי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:31 pm

געפילטע פיש האט געשריבן: דזופיטער למשל האט באלד צוויי א האלב מאל אזוי סאך גרעוויטי ווי די כדור הארץ, די זון, זיבן און צוואנציג מאל אזוי סאך.


א קליינער טעות. די זון האט 332,950 מאל אזוי סאך.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:36 pm

די זון האט 332,950 מער מאל מעס ווי די ערד, אבער סורפעיס גרעוויטי, וויבאלד די סורפעיס איז סאך ווייטער פונעם קאור (core) איז די השפעה פון די גרעוויטי שוין אפגעשוואכט. איי מייט בי ראנג, עכ"פ דאס זענען די נומבערס וואס כ'האב געטראפן פון א שנעלע גוגל סוירטש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:53 pm

hyperphysics.phy-astr.gsu.edu/hbase/solar/sun.html

The radius of the sun at 696,000 km is
109 times the Earth's radius. Its surface
gravity is 274 m/s2 or 28.0 times that
of the Earth
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך קול דודי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:27 pm

יא, ביזט גערעכט.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:24 am

ומודה ועוזב ירוחם
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:29 pm

צו באמערקן:
1) יעדע זאך אויפן וועלט האט גרעוועטי, נישט נאר פלענעטס. עס איז נאר ווייל די ערד איז אזוי גרויס איז די כח הגרעוועטי סאך שטערקער ווי די גרעוועטי פון א טיש אדער באטל וכדומה אבער באמת האט אפילו א טיש אדער א מענטש אליין אויך גרעוועטי.
2) די פארס פון די גרעוועטי ווענד זיך נאר אין די גרויסקייט פון די זאך און נישט אין די וואג. א באלל פון אייזן האט די זעלבע גרעוועטי ווי א באלל פון שטרוי, (אע"פ וואס גרעוועטי ציעט אייזן שטערקער ווי שטרוי - וואס פארדעם וועגט אייזן מער ווי שטרוי).
3) די שנעלקייט פון א זאך וואס פאלט דהיינו ווי שנעל ער פאלט - מכח די גרעוועטי וואס ציעט דעראויף - ווענד זיך נאר אין די ברייטקייט פון די זאך. למשל, א שטעקן וואס איז ברייט אן אינטש און לאנג צעהן פיס וועט פאלן פונקט אזוי שנעל ווי א שטעקן וואס איז אן אינטש ברייט און נאר איין פיס לאנג. (ווען זיי פאלן גראד אראפ, נישט ליגענדיג) אע"פ וואס דער צעהן פיס'יגע שטעקן וועגט צעהן מאלל אזוי פיהל ווי די איין פיסיגע שטעקן.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:31 pm

ר׳ נאך א פשט:
2) איז נישט ריכטיג. די מאס גרעוויטי ווענדט זיך אין די מעסס. וואס מער מעס אלס מער גרעוויטי. א באלל אייזן האט מער גרעוויטי ווי א באלל שטורי, און טאקע דערפאר וועגט עס מער.
3) איז בערך ריכטיג. ווי שנעל א זאך פאלט ווענדט זיך אונ׳ם ווינט רעסיסטענ״ס (דאס הייסט, ווי שטארק די ווינט בלאזט עס צירוק, בערך). ווי ברייט ס׳איז איז טאקע איינס פון די זאכן וואס אפעקטירט ווינט רעסיסטענס, און ס׳איז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירט דאס אויך. ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער שנעל.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:31 am

קול דודי האט געשריבן:3) איז בערך ריכטיג. ווי שנעל א זאך פאלט ווענדט זיך אונ׳ם ווינט רעסיסטענ״ס (דאס הייסט, ווי שטארק די ווינט בלאזט עס צירוק, בערך). ווי ברייט ס׳איז איז טאקע איינס פון די זאכן וואס אפעקטירט ווינט רעסיסטענס, און ס׳איז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירט דאס אויך. ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער שנעל.

דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אונזער וועלטל, אדער ווי אומער ס'דא אן אטמאסערע וואס זאל מאכן ריזיסטענס, אבער אין א וואקום, אדער אין ספעיס ווי למשל אויפן לבנה, פאלט א האמער און א פעדער מיט די זעלבע שנעלקייט, ווי אילוסטרירט ביי די מאנשאפט פון אפאלא 15 אויפן לבנה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט