אסטראנאמיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך קול דודי » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:57 am

יא, דאס האב איך געזאגט ״ס׳איז אבער אמת וואס די זאגסט אז ווען נישט ווינט רעסיסטענס פאלן אלע זאכן איינער [צ״ל אייניג] שנעל.״

אגב, איז דאס גרינג צי זען אפילו אויף אונזער וועלט. נעם צוויי זאכן וואס האבן ווייניג רעסיסטענס ווי למשל א מעסער אין א קליין שטיקל פון א נעפקין צאמגעראלט אין א קליינטשיגע באלל, שטעל דיך אויף א בענקל, אין לאז ביידע אראפ פונ׳ם דאך. ביידע וועלן אנקומען אונטן אייניג.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך בונם » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:21 pm

אטמאספערע

די אטמאספערע איז א שיכט פון געז וואס נעמט ארום אונזער וועלט און האלט זיך דורך די גרעוויטי פון דער ערד. עס היט אפ דאס לעבן אויף דער ערד דורך איינזאפן די שעדליכע זון שטראלן, עס האלט ווארעם אונזער וועלט דורך איינהאלטן די היץ וואס די זון שיקט אהער דורך די גרינהאוז עפעקט, און עס רעדוצירט די טעמפעראטור עקסטרעמען צווישן טאג און נאכט (אנדערש ווי אויף די לבנה וואס דארט איז 225 דעגרי בייטאג און 243- ביינאכט, ווייל די לבנה האט נישט קיין אטמאספערע).

פון וואו הייבט זיך אן ספעיס?

ספעיס הייבט זיך אן פון נאך די אטמאספערע. עס איז נישט דא א קלארער גרעניץ צווישן די אטמאספערע און ספעיס. די אטמאספערע ווערט צוביסלעך אויס, ביז מען טרעפט זיך אין ספעיס בערך 300 מייל העכער דער ערד. מען קען טרעפן פיצינקע שטיקלעך פון די אטמאספערע אויך טיפער אריין אין ספעיס.

וואו אין ספעיס איז אונזער וועלט?

דער ערד איז א קליינטשיג פינטעלע אין ספעיס. עס איז איינס פון ניין פלאנעטן וואס רינגלען ארום די זון. וואס די זון איז איינס פון די הונדערטער ביליאנען שטערנס, וואס צוזאמען פארמירן זיין א גרויסער וואלד פון שטערנס, וואס ווערט גערופן "די מילקי וועי", דער שביל החלב, וואס איז בלויז איינס פון די ביליאנען געלעקסיעס וואס שוועבן ארום אין ספעיס.

האט ספעיס אן ענדע?

אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע. די נענסטע שכן צו אונז איז אונזער לבנה וואס איז ביילייפיג 238,900 מייל אוועק. די זון איז 93 מיליאן מייל אוועק פון אונז. רוב אנדערע שטערן אין די מילקי וועי, זענען צווישן א מיליאן און א ביליאן מאל ווייטער פון די זון.

וואס איז א ליכט יאר?

א ליכט יאר איז א וועג צו מעסטן די אומגעהויערע ווייטקייט אין ספעיס. עס איז די ווייטקייט וואס ליכט לויפט אין א יאר, בערך 5.9 טריליאן מייל.

פראקסימא סענטאורי איז די נאנטסטע שטערן צו די זון. עס איז בערך 4.2 ליכט יאר אוועק פון דער ערד, וואס מיינט אז די ליכטיגקייט פון דעם שטערן נעמט 4.2 ליכט יאר צו דערגרייכן דעם ערד קוגל.

שאו מרום עיניכם

אן א טעלעסקאפ קען מען זען בערך 2,500 שטערן, אין א טונקעלן פלאץ. די לבנה זעט מען געווענליך אלעמאל. צומאל קען מען אויך זען די פלאנעטן, מערקורי, ווענוס, מארס, יופיטער, און סאטורן. די ווייטסטע וואס מיר קענען זען מיט די בלויזע אויגן, איז די אנדראמע גאלאקסיע.
“Strong minds discuss ideas, average minds discuss events, weak minds discuss people”
Socrates ―
באניצער אוואטאר
בונם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:15 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 2:54 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:ובחדא מחתא, וויל איך פרעגן, מ’זעהט אין די תוה"ק אז א"י איז גבוה מכל הארצות, נו איז נישט גרינלאנד אדער אפילו קאנאדע נענטער צום נארט פאול?

אז מען גייט אויף א כדור גייט מען אייביג סיי בארג ארויף און סיי בארג אראפ [מיט'ן כח המדמה קען מען עס פארשטיין], איז ווי אזוי איז מען קובע ווי אזוי מען גייט?

אטאמאטיש ווערט עס נקבע דורך דעם פלאץ וואו מען וויל אנקומען\זיין, ווייל ווען מען גייט אהין, מיט'ן פנים צו יענע פלאץ, איז יענע פלאץ אייביג העכער רעלאטיוו צום פלאץ פון וואו דו קומסט, און ווען דו גייסט אוועק פון דארט מיט'ן רוקען אהין גייסטו אראפ.

ממילא אז אר"י איז דער מקום וואו מען וויל גיין\זיין, און אז מען גייט אוועק פון דארט איז עס נאר במקרה און נישט בעצם, איז אר"י אטאמאטיש די העכסטע פלאץ, ודו"ק.

דער זכרון איז א גנב - שו"ת חת"ס יו"ד סי' רל"ד:

... מכאן שגבוה בהמ"ק מכל א"י ... ועוד שהאמת אינו כן והוא מבואר לבקי קצת במ(ו)פת העולם, ... והנה העולם עגול ככדור, ובדבר כדורי לא שייך גבוה ונמוך ובכל מקום שעומד שם רואה שמים שעל ראשו גבוהים וסמוך לאופק נמוכים ככיפה, והבא ממקום האופק נדמה לו כעולה מתחתית עומק בור, ולא שייך גב[ה]ות ונמוך.

אך נחזי אנן, אם יהי' לפנינו כדור עגול, ואנו מכירים בו נקודה א' שממנה שתיית הכדור ההוא ונתרחב משם והתפשט ונעשה עגול כמות שהוא, וכל הפיות אליו פונים וממנו יונקים יניקת חיותם והוא המרכז האמיתי של הכדור, ואז בלי ספק מכל צד שפונים אליו נקרא עלייה, לא עלייה במעלה וגדול(ה)[ת] המקום לבד, אלא עלייה ממש, כמי שעומד במקומו ורואה האופק שסביביו ירוד ועמוק, וכן בהיפך, כיון שכל הפיות אליו פונים א"כ הכל עמוק ממנו ועולים אליו כיון שהעולם כדורית.

... מכאן שבהמ"ק גבוה מכל א"י, שהוא משתיתו של עולם מתחלת יצירה, והוא מרכז ונקודה האמצעי שבכדור, וא"כ כל הבאים לשם עולים ולא יורדים, כנלע"ד.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:46 pm

בונם האט געשריבן:האט ספעיס אן ענדע?

אסטראנאמער גלייבן אז ספעיס איז אין סוף, און האט נישט קיין ענדע.

צו די יוניווערס איז אינפיניט צו נישט איז מוטל בספק, מיר ווייסן נישט גענוי וואס ס'גייט פאר אינדערויסן פונעם observable universe.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

Re: אסטראנאמיע

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:48 pm

אז מ׳האט גערעדט פון די ארביטן פון פלאנעטן וואלט איך געוואלט אביסל אויסשמועסן קעפלער׳ס 3 געזעצן פון פלאנעטערי מאשען:

1). די ארביטן פון פלאנעטן ארום א שטערן וועלן נישט זיין אין א צירקל מיט די שטערן אינדערמיט. זיי וועלן זיין אין די פארעם פון אן עליפס [אן אוועל] מיט די שטערן ביי איינע פון די צוויי פאקיי; נישט פונקט אינדערמיט.

די פאקיי פון אן עליפס/אוועל זענען די צוויי פונקטן וואס ליגן אויף א ליין דורך די לענגערע זייט פונ׳ם עליפס/אוועל (עס איז דאך ״צוקוועטשט״, ממילא קען מען מאכן א לענגערע ליין פון איין זייט ביז די אנדערע און א קורצערע) וואס פון וואו אימער אויפ׳ן סיבוב פונ׳ם עליפס/אוועל מ׳זאל נאר מאכען א ליין סיי צו איין פאקוס און אויך צו די אנדערע, וועט די סומע פון די צוויי ליינס אלעמאל זיין די זעלבע.

2). די עריע [area] וואס די פלאנעט פארעמט אויס אין איר הילוך/ארבעט אין א צייט אפשניט וועט אלעמאל זיין די זעלבע.

דהיינו, ווי די פריערדיגע געזעץ זאגט איז דאך די זון נענטער צו איין זייט פונ׳ם ארביט/סיבוב; די עליפס/אוועל. יעצט, זאגט די געזעץ די פלאנעט גייט, לאמיר זאגן אין א וואך, פון פוינט א׳ צו פוינט ב׳. איך קען דאס באטראכטען ווי די הילוך פארעמט אויס א טרייענגעל. דהיינו, די ערשטע ענגעל וואו די פלאנעט איז געווען, די צווייטע די זון/שטערן, און די דריטע וואו די פלאנעט איז אנגעקומען.

יעצט, ווען די פלאנעט איז אויפ׳ן זייט פונ׳ם עליפס/אוועל וואס איז נענטער צו די זון וועט עס דאך מאכן א קורצערע טרייענגעל ווי ווען זי איז אויף די זייט וואס איז ווייטער פון די זון. זאגט די געזעץ אז ווען עס איז נענטער צו די זון וועט איר ארביט גיין שנעלער, אזוי אז אין די זעלבע צייט אפשניט וועט זי אלעמאל פארעמען א טרייענגעל מיט די זעלבע מאס area. (דאס איז א תוצאה פון זיין נענטער צו די זון וממילא האט די זון׳ס גרעוויטי, וואס איז גורם די ארביט מעיקרא, א גרעסערע אפעקט.)

3). די לעצטע געזעץ איז א מאטעמאטישן חשבון וואס לויטעט אז ווען מ׳נעמט די יארן ווילאנג עס נעמט א פלאנעט ארומצוגיין די שטערן אינגאנצן און מען squared דאס [מ׳מאכט יענע נומער טיימס/מאל די זעלבע נומער], און דערנאך דיווייד מען דאס ביי איר ווייטקייט פונ׳ם זון [גערעכענט לויט האלב פון די לענגערע זייט פון די ארביט׳ס עליפס/אוועל], נאכדעם וואס מען cubed די נומער [די נומער מאל די נומער מאל די נומער; דריי מאל טיימס אויף די זעלבע נומער], וועט עס אלעמאל אויסקומען צום זעלבען נומער.

דאס איז אויך א פועל יוצא פון דעם אז ווי ווייטער מען איז פון די שטערן, אלס ווייניגער איז זיין כח פון גראוויטי פועל וממילא גייט די פלאנעט שטאטער ארום די שטערן. די געזעץ גייט אויך אנגיין אויף, למשל, לבנות וואס ארביטען א פלאנעט וכדומה.

אגב, ס׳דא וואס זאגן אז ניוטאן האט דערייווט זיין גראוויטי פארמולע פון די געזעץ.

***

אר"ש בן פזי א"ר יהושע בן לוי משום בר קפרא כל היודע לחשב בתקופות ומזלות ואינו חושב עליו הכתוב אומר (ישעיה ה יב) ואת פועל ה' לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן גמנין שמצוה על האדם לחשב תקופות ומזלות שנאמר (דברים ד ו) ושמרתם ועשיתם כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות (שבת עה.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט