בלאט 1 פון 1

אסטראנאמיע

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:15 am
דורך בונם
אסטראנאמיע איז א וויסנשאפט וואס נישט צופיל מענטשן זענען דערין אינטערעסירט, און אפטמאל ווערט געפרעגט די פראגע וויפיל מיר בענעפיטירן פון עס שטודירן.

ביי אונז אידן פארנעמט אסטראנאמיע א שיין מקום און עס איז פאראן אן א שיעור איבער דעם ענין, קידוש החודש, עיבור השנה וכו'.

אונזערע חכמים האבן פיל געטון אין דעם, ווי שמואל וואס האט געזאגט אז ער איז בקי בשבילי הרקיע אזוי ווי שבילי נהרדעא, און דער רמב"ם איז זייער מאריך אין דעם נושא וכו' וכו'.

איך וועל נישט אריינגיין אין לענגערע וויסנשאפטליכע אנאליזן, און בלויז צוברענגען קורצע פאקטן איבער וואס עס טוט זיך אין די הויכע רוימען.