די תכריכים פון טאָרינאָ

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

די תכריכים פון טאָרינאָ

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:27 am

יעדע שטיק צייט קומט פריש ארויף אין די נייעס איבער א נייע שטודיע וואס באשטעטיגט אדער פרעגט אפ די אויטענטישקייט פון די תכריכים פון טארינא.
די תכריכים פון טארינא איז א סחורה גרויס 14.3 × 3.7 פיס, וואס איז לויט א לעגענדע גענוצט געווארן ארומצואוויקלען די טויטע קערפער פון ישו הנוצרי נאכדעם וואס מ'האט אים געקרייציגט. אויף דעם שטיק סחורה זעט מען א צורה פון א מענטש וואס איז ביי טייל קריסטן אנגענומען ווי אן אריגינעלן בילד פון ישו וואס איז ארויף אויף דער סחורה בשעת ער איז געווען דערין ארומגעוויקלט. די היסטאריע פון די תכריכים איז נאר קלאר פון ארום דעם יאר 1390. פאר דעם איז נישטא קיין קלארע באווייזן אז די סחורה זאל האבן עקזיסטירט. פון יענעם יאר און ווייטער איז דא א גאנץ פינקטליכע רשימה וואו די סחורה האט זיך אויפגעהאלטן ביז'ן היינטיגן טאג. היינט געפינט זיך עס אין טארינא, א שטאט אין איטאליע, וואו עס ליגט שוין זינט 1578.
די קאטוילישע קירכע האט קיינמאל נישט אפיציעל אנגענומען די אויטענטישקייט פון די תכריכים פון טארינא, און האבן ביי פארשידענע געלעגנהייטן געגעבן די מעגליכקייט פאר וויסנשאפטלער אויסצופארשן ווי אלט די סחורה איז און וואספארא מיטלען עס האבן געקענט גענוצט ווערן אז דאס בילד זאל ערשיינען אויף דער סחורה.
בעת געוויסע וויסנשאפטלער האבן באשטעטיגט אז די סחורה איז טאקע ארום 2,000 יאר אלט און קען דעריבער האבן געווען די תכריכים פון ישו, זענען אבער רוב וויסנשאפטלער צוגעקומען צו דער מסקנא אז די סחורה איז פאבריצירט געווארן ארום דעם פערצנטן יאר-הונדערט. אין אנדערע ווערטער: דאס איז געמאכט געווארן איבער טויזנט יאר נאך ישו'ס טויט, און איז פאקטיש א פעלשונג.
וואס איז אבער א וואונדער איז דער טעכניק וויאזוי דאס בילד פון דעם מענטש איז ארויפגעלייגט געווארן אויף דער סחורה. וואס איז נאך מער אינטערעסאנט איז אז די צורה פון דעם מענטש איז נישט קלאר אנטפלעקט געווארן ערשט ביז יאר 1898, ווען א פאטאגראפיסט האט באמערקט אז ווען ער האט געקוקט אויף א נעגאטיוון פאטאגראף פון דעם אנגעבליכן בילד פון ישו האט ער געזען גאר א קלארע צורה, קלארער ווי מ'האט נאר געזען פריער. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס בילד אויף די תכריכים איז פאקטיש א נעגאטיווע בילד, און ווען מ'פאטאגראפירט עס ווי א נעגאטיוון בילד, זעט מען ערשט דעם פאזיטיוון בילד פון דעם מענטשן וואס די תכריכים דארפן פארשטעלן.
איז טראץ די אלע הוכחות אז די תכריכים זענען פון פערצנטן יאר-הונדערט בלייבט נאך א גאר אינטערעסאנטע מיסטעריע: וואספארא טעכניק האט דער פאבריצירער גענוצט ארויפצושטעלן דעם בילד? און נאך מער, פארוואס האט ער אינוועסטירט אזויפיל טאלאנט און קונסט פאר א בילד וואס האט ערשט גענומען איבער 500 יאר ביז מ'האט עס געקענט זען מיט פרישער טעכנאלאגיע?

בילד
דער פנים פון דעם מענטש אויף די תכריכים פון טארינא. לינקס איז וויאזוי עס איז געזען געווארן אלע יארן. רעכטס איז ווען עס ווערט געזען אויף א נעגאטיוון בילד.

בילד
א בילד פון דער גאנצער סחורה. אונטן איז דער חלק וואס האט אנגעבליך ארומגענומען דעם פאדערשטן חלק פון דעם קערפער; אויבן איז דער חלק וואס האט אנגעבליך ארומגענומען דעם הינטערשטן חלק פון דעם קערפער. מען זעט אויך ברען-צייכנס פון א פייער וואס האט עס געשעדיגט אין 1532.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 14, 2012 6:14 am

דאכט זיך עס איז נישט דא בנמצא קיין שום "סחורה" מאטיריאל וואס איז אלט 2000 יאר קוים וואס עס איז דא אפאר שטיקלך האלץ.

מען דארף משוה זיין דעם בילד צו יאשקעס צורה אין די פעשון אופ די קריסט...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:40 am

איך אויך האט געשריבן:דאכט זיך עס איז נישט דא בנמצא קיין שום "סחורה" מאטיריאל וואס איז אלט 2000 יאר קוים וואס עס איז דא אפאר שטיקלך האלץ.

מען דארף משוה זיין דעם בילד צו יאשקעס צורה אין די פעשון אופ די קריסט...


נישט ריכטיק אין מדבר יהודא סיי אין קומראן ביי דע מגילות ים המלח סיי אין די בר כוכבא היילן האט מען געפונען סחורות לרחצה אין גוטע צושטאנדן אינאיינעם מיט די טויזנטער מגילות און כלים.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 11:34 am
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1855 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:31 pm

זייער אינטערסאנט. א גרויסן דאנק יאנקעל.
לויט די קריסטען וואס נעמען אהן אז עס איז טאקע תחריכים פון יאשקע ווי אזוי איז ארויף די בילד פון אים??? זייט ווען גייט ארויף א בילד פון א מענטש ווען מען וויקעלט אים איין מיט א שמאטע??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך שלמה_דיין » דאנערשטאג יוני 14, 2012 6:38 pm

אויב איז דאס טאקע יא די תכריכים פון יאשקע אליין, ווי זענען אונזערע געטרייע כבוד המתים אינסטיטוציעס צ"ב אתרא קדושה וכדו'? איז דען יאשקע נישט לכו"ע א איד געווען? ער איז אולי אפילו געווען פון די הרוגי בי"ד וואס מיט דעם איז נתכפר לו על כל עוונותיו, נו, איז ע"פ דעת תוה"ק דין כדין כל ישראל מעולם, פארוואס טוט זיך גארנישט זיכער צו מאכן אז עכ"פ זיינע תכריכים זאלן אנקומען צוריק צו קבר ישראל?
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

הודעהדורך ניו יארק » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:16 pm

שלמה_דיין האט געשריבן:אויב איז דאס טאקע יא די תכריכים פון יאשקע אליין, ווי זענען אונזערע געטרייע כבוד המתים אינסטיטוציעס צ"ב אתרא קדושה וכדו'? איז דען יאשקע נישט לכו"ע א איד געווען? ער איז אולי אפילו געווען פון די הרוגי בי"ד וואס מיט דעם איז נתכפר לו על כל עוונותיו, נו, איז ע"פ דעת תוה"ק דין כדין כל ישראל מעולם, פארוואס טוט זיך גארנישט זיכער צו מאכן אז עכ"פ זיינע תכריכים זאלן אנקומען צוריק צו קבר ישראל?

גיב אבאכט וואס די רעדסט
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 1:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 400 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:23 pm

זעהט אויס ער האט געליינט שמולי בוטחס נייע ביכל (איך האב נישט קיין אהנונג וואס ער שרייבט דארט).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מערץ 31, 2013 1:18 pm

א פרישער באריכט ציטירט א שטודיע פון וויסנשאפטלער פון דעם אוניווערסיטעט פון פאדאווא וועמענ'ס רעזולטאטן ווייזן אז די תכריכים האבן ווארשיינליך יא עקזיסטירט אין דער צייט פון ישו'ס לעבן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 28, 2013 7:09 pm

אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3083
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2670 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 29, 2013 8:47 pm

לויט ווי זיי זאגן איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז לענארדא דע ווינטשי דער באגאבטער אויסערגעווענליכער מעלער און מולטי-סקילד לעגענד, האט געמאלן דאס בילד.
און אייגענטליך איז דא א ענליכקייט אינעם פרצוף צו די צורה פון דע ווינטשי. ווי ער האט אליין געזאגט " א מענטש לייגט אריין זיין עצמיות אין זיינע אייגענע ווערק"
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3083
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2670 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:16 pm

יעצט זעה אז איך זיי זאגן אז ס'קען יא זיין פון די צייטען פון דזשיזעס.
http://www.telegraph.co.uk/science/scie ... Jesus.html
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:42 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 258 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:08 pm

וואס איז נאך מער אינטערסאנט איז אז מען האט גאטראפן בלוט אינעם שטיק סחורה, און ס׳איז בלוט טייפ AB. און ווי באקאנט איז די AB טייפ אינגאנצן 500 יאר אלט…
א מענטש וואס וויל נישט לייענען האט נישט אן אויבערהאנט איבער איינער וואס קען נישט לייענען.
-מארק טוועין
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג יוני 21, 2015 1:26 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » זונטאג יוני 21, 2015 2:21 pm

יא יאשקע׳ס תכריכים, נישט יאשקע׳ס תכריכים,
דער עיקר איז אז:
״יאשקע פאנדריק ליגט אין דער ערד,
אויסגעשטרעקט ווי א פערד״.

(קרעדיט: ר׳ לייביש לאנגער)
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:04 am

א נייע סטאדי ווייזט אז עס האט dna פון געוויקסן איבער די גאנצע וועלט!

The Shroud of Turin contains DNA from plants found all over the world http://dailym.ai/1GeNHsc
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 781
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1283 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט