סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:44 pm

אין אנדערע ווערטער, לאמיר זאגן אז סאיז דא פינעף צדיקים בעלי רוח הקודש בימינו אלה
איז דאך פשט אז די טשאנסן אז מיר זאלן באגעגענען איינע פון זיי איז ווינציגער ווי איינס אין א ביליאן
אויב אזוי קען מען שוין זאגן אז סהאט געשען א זעלטענע צופאל וואס מאכט זיך איין אין א ביליאן.
סאיז נישט אז סאיז נישט דא קיין רוח הקודש. אוודאי גלייבען מיר יודן אז סאיז דא אזא זאך
די שאלה איז צו מיר קענען אויפווייזען אז דא איז געשעהן א מופת
יחי ההבדל
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:45 pm

הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אויב אזוי איז שוין מער ניחא אנצונעמען אז סאיז געווען א זעלטענע צופאל ??? ווי איידער (א זעלטענע) רוח הקודש

זיכער, אויב ביי אייך איז שוין מוסכם אז ס'איז נישט שייך קיין רוח הקודש!


די סארט סורקעלער ריזענינג טרעפט זיך זייער אפט און די ליטאראטאר און אויף די עטיאיסטישע געוועב זייטען

די רויטע צייכענס מאכט נישט א ארגומענט
אויף דעם ברויך מען לאגיק. שווארצע.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:47 pm

און דאס איז שוין נאכדעם וואס מיר זעהען אזא מעשה פין דעם לאטערי נביא..
אדרבה דערציילט וואס איר ווייסט... מיך שמעקט אויך צו געווינען א ביסן.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:17 pm

גערעכט, די רויטע ניצט מען נאר ווען מען וויל ארויסברענגען אז דא איז נישט געמאכט געווארן א לאגישער ארגיאמענט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:20 pm

הקטן האט געשריבן:גערעכט, די רויטע ניצט מען נאר ווען מען וויל ארויסברענגען אז דא איז נישט געמאכט געווארן א לאגישער ארגיאמענט

רויט
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:23 pm

גדליה האט געשריבן:ווען מרעדט פון רוח הקודש און מופתים איז דאס שטענדיג די גרעסטע דוחק מצד אקעמס רעיזער.
ווייל כדי צו אננעמען רוח הקודש מוז מען קודם אננעמען א גאנצע פעקל פון חידושים ובמילא איז שטענדיג מער מסתבר אפילו די ווייטסטע נאטורליכע הסברים וי איידער א גאנצע מערכה פון רעליגיע וואס האט נישט קיין אומאפהענגיגע הוכחה. ודי לחכימא

ווער בעט דיך לויפן צי רעליגיע, האסט סך הכול געזען ס'איז דא א כח העכער די חוקי הטבע, רוף דאס רוח הקודש אדער רוף דאס סופער-נעטראל "כינגא"
דא קימט בכלל נישט אריין אויב דאס געשעט איינס אין טריאליאן אדער א יעדע 5טע מעניט - ס'איז אבסורד דאס זאל געשעוון ביי דשענס און דערפאר ווייסטו אז דאס איז נישט געשען
לויט מי אני מיט די גרויסע נאמבערס איז דאס בכלל נישט קיין חידוש ס'איז געשען ווייל דאס געשעט דאך איינס און א געזיליאן - און דא האסטעס. די נעקסטע וועט זיין א געזיליען יאר ארים

מי אני איך אפיל נישט צי דיין ידענות און אויך נישט צי דיין וויקיפידיע איך אפיל צי דיין גאט-גיווען-קאמען-סענס
ווען די מעשה געשעט און די ווירקליכקייט זאגט דאס גרויסע נאמבערס? אדער סופער-נעטראל?!?

איך מיין אז דיין חכם פין די "גרויסע נאמבערס" וועט זיין די ערשטע צי שרייען השם הוא האלוקים
די Logical conclusion פין דיין ארגיאמענט איז אז עטיאיזעם קען נישט ווערן פאלסעפייד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:25 pm

גדליה האט געשריבן:סאיז נישט אז סאיז נישט דא קיין רוח הקודש. אוודאי גלייבען מיר יודן אז סאיז דא אזא זאך

נישט אלע אידן "תניא משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקדש מישראל" (יומא ט:).

און אז מ'רעדט שוין פון רוח הקודש, איך קען אידן וועלכע האבן זיך געדרייט ביי אפענע בעלי רוח הקודש, זיי זאגן עס נישט קלאר אבער וואס קומט ארויס פון זייערע ווערטער אז אמאל איז עס געלונגען און אמאל נישט...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:26 pm

הקטן האט געשריבן:ווער בעט דיך לויפן צי רעליגיע

דו הקטן בעטסט...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:33 pm

הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ווען מרעדט פון רוח הקודש און מופתים איז דאס שטענדיג די גרעסטע דוחק מצד אקעמס רעיזער.
ווייל כדי צו אננעמען רוח הקודש מוז מען קודם אננעמען א גאנצע פעקל פון חידושים ובמילא איז שטענדיג מער מסתבר אפילו די ווייטסטע נאטורליכע הסברים וי איידער א גאנצע מערכה פון רעליגיע וואס האט נישט קיין אומאפהענגיגע הוכחה. ודי לחכימא

ווער בעט דיך לויפן צי רעליגיע, האסט סך הכול געזען ס'איז דא א כח העכער די חוקי הטבע, רוף דאס רוח הקודש אדער רוף דאס כינגע, ס'איז בכלל נישט מחייב

יעדע מערכה על טבעית איז א גרעסערע חידוש ווי א מערכה טבעית. נישט אזוי?
רוח הקודש כינגא בינגא, סאיז טאקע נישט קיין חילוק וויאזוי מרופט עס
אבער אלטימעטלי מוזטו דעפענדען פארוואס די מעל טבעיתדיגע טעאריע איז פשוטער ווי די טבעיתדיגע
און דו וועסט עס קיינמאל נישט קענען טוהן ווייל יעדע הסבר על טבעית איז בהכרח מגלה אז סאיז דא א נייע
רעאליטעט און דאס איז די גרעסטע חידוש וואס איז שייך.
וועגן דעם קומט נישט אריין דא אקאמס רעיזער
ווי אבסורד סזאל נאר זיין צו זאגען אז סהאט געשען א זעלטענע צופאל
איז אסאך מער אבסורד צו זאגען אז א מענטש קען פאראויסזאגען נאמבערס פון א לאטערי. פשוט ווייל סגעשעט קיינמאל נישט. ווייל אז יא וואלטן מיר געוויסט דערפון.
גראדע זענען דא מענטשען וואס האבען שוין צוגעטראפן לאטערי נומבערס.... נאר ליידער נישט קיין צדיקים בעלי רוח הקודש. איך ווארט איינער זאל ברענגען לינקס פון גאגל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גדליה אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:06 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:40 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סאיז נישט אז סאיז נישט דא קיין רוח הקודש. אוודאי גלייבען מיר יודן אז סאיז דא אזא זאך

נישט אלע אידן "תניא משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקדש מישראל" (יומא ט:).

און אז מ'רעדט שוין פון רוח הקודש, איך קען אידן וועלכע האבן זיך געדרייט ביי אפענע בעלי רוח הקודש, זיי זאגן עס נישט קלאר אבער וואס קומט ארויס פון זייערע ווערטער אז אמאל איז עס געלונגען און אמאל נישט...

קודם כל די גמרא האט אויך געגלייבט אין בת קול. די רוח הקודש פין די גמרא מיינט מען נבואה
והשנית אויב האט מען אמאל יא געזען און אמאל נישט ווארשיינליך רעדט מען נישט פון "אפענע" בעלי רוח הקודש ודוק
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:43 pm

גדליה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ווען מרעדט פון רוח הקודש און מופתים איז דאס שטענדיג די גרעסטע דוחק מצד אקעמס רעיזער.
ווייל כדי צו אננעמען רוח הקודש מוז מען קודם אננעמען א גאנצע פעקל פון חידושים ובמילא איז שטענדיג מער מסתבר אפילו די ווייטסטע נאטורליכע הסברים וי איידער א גאנצע מערכה פון רעליגיע וואס האט נישט קיין אומאפהענגיגע הוכחה. ודי לחכימא

ווער בעט דיך לויפן צי רעליגיע, האסט סך הכול געזען ס'איז דא א כח העכער די חוקי הטבע, רוף דאס רוח הקודש אדער רוף דאס כינגע, ס'איז בכלל נישט מחייב

יעדע מערכה על טבעית איז א גרעסערע חידוש ווי א מערכה טבעית. נישט אזוי?
ניין
רוח הקודש כינגא בינגא, סאיז טאקע נישט קיין חילוק וויאזוי מרופט עס
אבער אלטימעטלי מוזטו דעפענדען פארוואס די מעל טבעיתדיגע טעאריע איז פשוטער ווי די טבעיתדיגע
פשוט, די טבעיתדיגע פראבעבילעטי איז פשוט אבסורד!!!
און דו וועסט עס קיינמאל נישט קענען טוהן ווייל יעדע הסבר על טבעית איז בהכרח מגלה אז סאיז דא א נייע
רעאליטעט און דאס איז די גרעסטע חידוש וואס איז שייך.
זייט ווען איז אנדעקען א נייער רעאליטעט, וואס איך זעה מיט די אויגען, עפעס וואס איך דארף האבן א פראבלעם דערמיט???
דאס איז עקזעקטלי וואס מיר טיען מיט א יעדע זאך וואס מיר האבן אנדעקעט, אויב די אלטע כללים קען דאס נישט שכלדיג מסביר זיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:44 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:44 pm

גדליה האט געשריבן:אויב האט מען אמאל יא געזען און אמאל נישט ווארשיינליך רעדט מען נישט פון "אפענע" בעלי רוח הקודש ודוק

גברא אגברא קרמית?!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:56 pm

גדליה האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:סאיז נישט אז סאיז נישט דא קיין רוח הקודש. אוודאי גלייבען מיר יודן אז סאיז דא אזא זאך

נישט אלע אידן "תניא משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקדש מישראל" (יומא ט:).

און אז מ'רעדט שוין פון רוח הקודש, איך קען אידן וועלכע האבן זיך געדרייט ביי אפענע בעלי רוח הקודש, זיי זאגן עס נישט קלאר אבער וואס קומט ארויס פון זייערע ווערטער אז אמאל איז עס געלונגען און אמאל נישט...

קודם כל די גמרא האט אויך געגלייבט אין בת קול. די רוח הקודש פין די גמרא מיינט מען נבואה
והשנית אויב האט מען אמאל יא געזען און אמאל נישט ווארשיינליך רעדט מען נישט פון "אפענע" בעלי רוח הקודש ודוק

ס׳דא אן אינטרעסאנטע תשובה דערויף [אויף די גמרא] צו ס׳איז דא רוה״ק בזה״ז אין שו״ת בית שלמה (או״ח סימן קיב). פארשטייט זיך אז מ׳דארף צוצייכענען די דברי חיים (יו״ד סימן קה).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:15 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:06 am

הקטן האט געשריבן:מי אני איך אפיל נישט צי דיין ידענות און אויך נישט צי דיין וויקיפידיע איך אפיל צי דיין גאט-גיווען-קאמען-סענס
ווען די מעשה געשעט און די ווירקליכקייט זאגט דאס גרויסע נאמבערס? אדער סופער-נעטראל?!?

איך מיין אז דיין חכם פין די "גרויסע נאמבערס" וועט זיין די ערשטע צי שרייען השם הוא האלוקים
די Logical conclusion פין דיין ארגיאמענט איז אז עטיאיזעם קען נישט ווערן פאלסעפייד

ווען ס׳געשעהט אין די ווירקליכקייט און איך/זיי נעמען ארויס עמאשען/געפילן [התפעלות] פון די אנאלאסיס (אויב דאס איז בכלל מעגליך) און מ׳קוקט דאס אן פון א ריין לאגישן בליק, איז עס נישט מוכיח רוה״ק וכדומה (ווילאנג עס איז נישט ארויס פון סטאטיסטישע סיגניפיקענס אין יענע קאנטעקסט וכנ"ל ולהלן). לשבר וכו׳ קען מען דאס (אביסל) מדמה צו קלענערע מעשיות פון השגחה פרטית [פונקט...], ווי מ׳ווערט (איך גלייב אז דאס איז רוב מאל) נתפעל כרגע, אבער א רעכט-דענקדיגע מענטש, ווען ער/זי טראכט זיך איבער באמערקן זיי אז דאס קען זיין א פראבעבעליסטישן מקרה און איז נישט קיין הוכחה. איז משם תדין אז אפילו ביי גרעסערע וואונדערליכע זאכן (ווילאנג ס׳גייט נישט ארויס פון סטאטיסטיקעל סיגניפיקענס, ווי ערווענט) קען מען דאס אויך למעשה זאגן.

בנוגע דיין טענה אויף אפצופרעגן עיטיאיזם, האלט איך אז מ׳דארף עס פרעימען א משהו אנדערש. דהיינו, ס׳איז נישט אז עיטיאיזם דארף זיך מוטשען אויפצוווייזען זייער נעגאטיוו טענה און אונז מאמינים קומען דאס אפפרעגען און פאלסיפיצירן. נאר, עס ליגט אויף אונז מאמינים אויפצוווייזען אונזער פאזיטיווע טענה מיט ראציאנאלע הוכחות ברורות. (איך פארשטיי אז דאס איז שוין א שמועס פאר זיך.)

יעצט, אזוי ווי איך האב דערמאנט/מרמז געווען, אויב האט מען איין ראיה מוכרחת (אין עמפירישע מאטעמאטיקס/סטאטיסטיקס רוף איך דאס א גאנצע צייט, בלשון מושאל אביסל, סיגניפיקענט, אבער אויף א ברייטערען אופן קען מען עס רופן א ראיה וואס פירט לאגיש/ראציאנאליש צו דערצו) אויף מציאות הבורא, נאר דעמאלטס איז עיטיאיזם לאגיש אפגעפרעגט. דאס איז די logical conclusion פון מיין ארגומענט. וואס דו קענסט זאגן איז אז מ׳קען נאך נישט לאגיש אויפווייזן מציאות הבורא וכוחות למעלה מהטבע. קען טאקע זיין (עכ״פ לעת עתה).

זאת ועוד, אין אונזער דיון (וואס אנבאלאנגט נישט דוקא מציאות הבורא, נאר איבער-נאטורליכע כוחות) הגם דו ביסט נוטה אז אזא סארט לאטערי מעשה פוינט צו אן איבער-נאטורליכע כח, גלייב איך נישט אז דו האלטס אז דאס איז א ראיה מוכרחת צו דעם (וכ״ש צו ג-ט), וואס דארף לאגיש אויפצוווייזען א מענטש צו דעם. (בפרט ווען אויף דעם איז דא א מאטעמאטישן/סטאטיסטישן חשבון וואס מאכט למעשה סענס, אפילו לשיטתך. חוץ טאמער וועסטו זאגן אז די Law of Truly Large Numbers איז מאטעמאטיש אומגערעכט. איך גלייב נישט אז דו האלטסט אזוי).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:54 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:53 am

דא איז נישט די מדובר ווער איז שטערקער, ווער דארף וועם איבערווייזען - ביידע קענען אנגיין אין זייער לעבן איינער וועט לעבן א אמת די צווייטע א שקר
(הגם די סברה חיצונה אז "יש מנהיג לבירה", און טבע ביי דעפענישען האט א התחלה, איפינעטי איז א סתירה מיט איינע פין די כללי הטבע פין cause and affect - דאס אליין דארף אינז פירן ביי דיפאלט צי אינדרויסען פין טבע - דאס האט א שטארקע אויבערהאנט ווען סקימט צי ווער דארף איבערווייזען וועם, ואכ"מ)

די פאקט איז די מאמין מאכט א קלעים, און זאגט אלס א פאקט, ס'דא כוחת וואס זענען העכער פין טבע.
דער מאמין איז אדער יא גערעכט אדער נישט גערעכט.

פאר אינזער ארגימענט לאמער פאר א מעניט אננעמען אז דער מאמין איז גערעכט מיט זיין פאקט
אבער דער עטיאיסט, לויט דיר, איז איינגעבאקסט און וועט קיינמאל נישט, און גקן בכלל נישט, אנקימען צי די אמתער פאקט.



וואו שוין פריער ערווענט, דיין ריין לאגישער בליק פעסט נישט די קאמען סענס טעסט, ע"כ איז ער בכלל נישט לאגיש.
דאס אז לאגיג האט בכלל אריינצירעדען און סיי וואס, און איז בכלל מאסגעבענד, איז אנגעוויזען אויף ריין קאמען סענס...
סטאטיסטיקס מער פין עני-טינג-עלס איז געבויט אויף קאמען-סענס
מן יאמר אז "דאס וואס איז געווען וועט זיין"?!? אויב נישט איינפאכע קאמען סענס!!! (וואס דו ריפסט עמאשען/געפילן [התפעלות] )


און אינזער פאל, איז דיין פרעמיס אז א מאטראלאיסטישע הסבר איז שטערקער און מער מסתבר איז בכלל נישט געבויט אויף לאגיג און-די-פערסט-פלעס




מי אני האט געשריבן:ווען ס׳געשעהט אין די ווירקליכקייט און איך/זיי נעמען ארויס עמאשען/געפילן [התפעלות] פון די אנאלאסיס (אויב דאס איז בכלל מעגליך) און מ׳קוקט דאס אן פון א ריין לאגישן בליק, בין איך נישט זיכער אז מ׳וועט זאגן אז דאס איז מוכיח רוה״ק וכדומה.

דו מאדאיסט די וואסער!!!

דו האסט א ספק? קען זיין דאס באווייזט איבער-נאטירליכע כוחת, קען זיין נישט?!?
קענסט אפשר מסביר זיין די צד אז ס'איז יא מוכיח רוה״ק וכדומה?
וואס איז געשען מיט דיין "עכטע גרויסע נאמבערס" טערי?

מי אני האט געשריבן: חוץ טאמער וועסטו זאגן אז די Law of Truly Large Numbers איז מאטעמאטיש אומגערעכט. איך גלייב נישט אז דו האלטסט אזוי).

די סא-קאלד law, און די קאנטעקטס וואו אזוי דו ניצט דאס, קען נישט זיין קיין law
כדי דאס צי קענען פאלסעפייען מיזטו אויפקימען מיט אלס מער און מער אימעגליכע קא-אינסידענס און דאס לויפן אן infinite נאמבער trials, וואס דו קענסט נישט און קען נישט געטון ווערן!!!

די מאטיוו פין די סא-קאלד law האט אינטער זיך א פרעמעס - און די פרעמעס?
קא אינסידענטס דארף און מאנט און האט א הסבר!
(דארט וואו די פראבעבילעטי איז נישט 0)

0 פראבעבילעטי איז נישט קיין נייער קאנסעפט פאר סיי ווער ס'פארשטייט אביסל סטאטיסקיס
איך גלייב נישט אז David Hand האלט אנדערש.
לויט וואו דו זאגסט דאס האט א יעדער זאך א רעכט צי געשען איין מאל זיכער ווייל די probability space איז אינפיענעט, און האט נישט קיין רעפרענס פוינט צי מעסטען סיגניפיקענט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:32 am

הקטן האט געשריבן:דא איז נישט די מדובר ווער איז שטערקער, ווער דארף וועם איבערווייזען - ביידע קענען אנגיין אין זייער לעבן איינער וועט לעבן א אמת די צווייטע א שקר
(הגם די סברה חיצונה אז "יש מנהיג לבירה", און טבע ביי דעפענישען האט א התחלה, איפינעטי איז א סתירה מיט איינע פין די כללי הטבע פין cause and affect - דאס אליין דארף אינז פירן ביי דיפאלט צי אינדרויסען פין טבע - דאס האט א שטארקע אויבערהאנט ווען סקימט צי ווער דארף איבערווייזען וועם, ואכ"מ)

איך האב אויסדריקליך געשריבן אז איך פארשטיי אז עס באלאנגט נישט דא אין אונזער שמועס. Suffice it to say אז פאר יעדע טענה וואס איז נוטה צו א theistic הוכחה זענען דא טענות אויף פארקערט (בפרט ווען מ׳ברייטערט אויס די קאנצעפט פון ״ג-ט״; מ׳ברענגט אריין רעליגיע, תורה וכו׳ וכו׳. דאס איז שוין נישט די שמועס בתוך נישט די שמועס... איך ווייס, אנערקען, און פארשטיי אז דו האסט נאר גערעדט בנוגע די מושג פון א בורא לכשלעצמו).

(אגב, ״פירן ביי דיפאלט צו אינדרויסן פון טבע״ איז בעיסיקלי/מער-ווייניגער די זעלבע ווי זאגן ״פירן ביי דיפאלט צו עפעס וואס איך פארשטיי נישט״, והשתא דאתית להכי... (אפשר איז דא עפעס בטבע וואס איז דאס מסביר וואס דו פארשטייסט נאך נישט וכו׳.) אזוי ווי ערווענט אונז ווילן נישט אריינגיין אין דעם; וואס איז כולל דעם קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט וכל המסתעף.)


הקטן האט געשריבן:לויט וואו דו זאגסט דאס האט א יעדער זאך א רעכט צי געשען איין מאל זיכער ווייל די probability space איז אינפיענעט, און האט נישט קיין רעפרענס פוינט צי מעסטען סיגניפיקענט

תשובתך בצידך (לגבי די "איין מאל זיכער"). איך האלט אין איין זאגן אז מ׳דארף עס אנקוקען אינ׳ם קאנטעקסט; אין אונזער נידון איז דאס צייט. לא׳מיר אנכאפן א משל צו וואס מ'וועט גרינגער מודה זיין. עס איז דא א פראבעבעליסטישן מעגליכקייט, עפ״י קוונאטום פיזיקס אז א מענטש וועט דורכגיין א סאלידע וואנט פשוטו כמשמעו. אבער עס איז אזוי מין שמאל אז עפ״י פראבעביליטי איז דאס כמעט מן הנמנע, חוץ איין מאל אין ווער ווייסט וויפיל טריליאנען יארן. יעצט, טאמער דאס טאקע פאסירט למשל צוואנציג וועריפייד מאל אין א צייט-אפשניט פון (לא׳מיר זאגן) טויזענט יאר, איז דאס אן אויפווייז (נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט) און מען גייט מודה זיין אז פראבעביליטי (די Law וכו׳) אליין קען דאס נישט ערקלערן (נאכאמאל און נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט; ועיין להלן).

ומשם תדין אז אויב פאסירט אזא מין וועריפייד מעשה וואס דו לייגסט אראפ מיט די לאטערי פינף-צען מאל אין לא׳מיר זאגן טויזענט יאר (איך גיי נישט פראפארציאנאל; איך וויל נאר ארויסברענגן די געדאנק), גלייב איך אז דאס איז בייגעקומען די Law (נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט). ווי אזוי איך פארשטיי ווילסטו אויפווייזן די מושג פון חוץ לדרך הטבע פון אפילו נאר איין מאל פאסירן, און אויף דעם דינג איך זיך אז עס איז נישט קיין הוכחה עפ״י פראבעביליטי (אן דארפן צוקומען צו (ווי נישט, דוחקים) פון אינפיניטי) וככל הנ״ל.

בקיצור, אין אונזער שמועס גיבן מיר עס נישט קיין אינפיניט נומער; נישט אין צייט און נישט אין טרייעלס. (הגם איך פארשטיי אז די law אליין, מאטעמאטיש, בעצם גיבט יא; איך בעהט ס״ה אין די קאנטעקסט פון וואס אונז קענען מיר ממש פראקטיקאליש מעזשורען. אין אנדערע ווערטער, קעגן דיין אויפווייז פון אן איין איינציג מאליגע געשעעניש. איך פארשטיי אויך אז אטעאיסטן נוצן די אינפיניט איידיע בנוגע בריאת העולם וכו' וכו' ענטראפיק פרינציפעל וכו' וכו', וממילא קען מען עס נוצן אפילו עס פאסירט יא מערערע מאל. איך וויל נאר זאגן אז אין אונזער דיון דארף מען ניטאמאל צוקומען דערצו, וככל הנ"ל. באמערק אז איך האב נישט דערמאנט אינפיניטי, דו האסט.)

אין אנדערע ווערטער, איך האלט אז דו וואלסט ווען געדארפט אנכאפן די משל פון א רבי אדורכגיין א וואנט וכדומה צו פרוווען דיין פוינט. (איז טאקע דיין משל פון די לאטערי אן איינמאל אין א טריליאן יאר געשעעניש? יש לדון. עכ"פ ווייט נישט די זעלבע ווי אדורכגיין א וואנט.)
און דאס טאקע איז די נושא פון די אשכול: די סארט הכל מודים'דיגע טבע'דיגע געשעענישן אין די ראמען פון פראבעביליטי, לעומת למשל אדורכגיין א וואנט; א הכל מודים'דיגע חוץ לטבע'דיגע געשעעניש. הגם דאס קען מען בעצם אויך אריינלייגן אין די ראמען פון פראבעביליטי, אבער די הבדל איז בולט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:07 pm

איך האלט קלאר, אז אויב א חכם זאגט קיינמאל נישט קיין לאטערי נאמבערס, און איין טאג געבט ער 1 ספעציפישע נאמבער, און די טיקעט געוואונט. איז א זאך וואס דארף א הסבר, עס איז סטאטיסטקלי סיגניפיקענט.

עס איז בכלל נישט דומה צו טרעפן די טעלעפאון נאמבער אין די וואסער ביל.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:28 pm

קען זיין אבער איך בין נישט אזוי זיכער. מ׳קען עס אפשר צוגלייכן צו א מענטש וואס קויפט קיינמאל נישט קיין לאטערי און איין טאג גייט ער אריין אין געשעפט און וועהלט זיך 6 נומערן און געוואונט. וועט דאס זיין אזוי וואונדערליך? (אנשטאט וועהלן די נומערס פאר א צווייטן, אזוי ווי אין דיין מעשה, האט ער עס געוועהלט פאר זיך.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:56 pm

עס פאסירט זייער אפט אז א מענטש וועהלט א לאטערי די ערשטע מאל.

נישטא קיין סאך מענטשן וואס זאגן נביאות אויף זאכן וואס גייט ווערן קלאר אויפגעוויזן. איך פערזענליך ווייס אפילו נישט פון איין אזא מענטש.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:06 pm

מ׳קען עס לכאורה נאך אלס פרעימן ענליך. דער מענטש זאגט ״נביאות״ (פאר זיין טיקעט) וועלכע נומערן גייען אויסקומען, און ביי דיין מעשה זאגט די חכם ״נביאות״ (אויף יענעם׳ס טיקעט) וועלכע נומערן גייען אויסקומען; אויפ׳ן חלק ״הנביאות״ זענען זיי לכאורה ביידע אייניג.

די אינטרעסאנטקייט פון די מעשה איז אז עס מאכט זיך נישט אז איינער זאל זיך קימערן אויף יענעם׳ס טיקעט. דעריבער, ווען דו לייגסט צאם די ביידע פאקטארן [זאגן פאר 1). ״יענעם״, + 2). ״נביאות״] דאס איז אפשר סיגניפיקענט (ועדיין אפשר וכו׳).
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:50 pm

מי אני האט געשריבן:די אינטרעסאנטקייט פון די מעשה איז אז עס מאכט זיך נישט אז איינער זאל זיך קימערן אויף יענעם׳ס טיקעט. דעריבער, ווען דו לייגסט צאם די ביידע פאקטארן [זאגן פאר 1). ״יענעם״, + 2). ״נביאות״] דאס איז אפשר סיגניפיקענט (ועדיין אפשר וכו׳).

סיגניפיקענט?!?
וואו איז שייך אויף דעם סיגניפיקענט די נעקסטע מאל וואס דאס גייט געשען וועט זיין א געזיליען יאר ארים?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:02 pm

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:די אינטרעסאנטקייט פון די מעשה איז אז עס מאכט זיך נישט אז איינער זאל זיך קימערן אויף יענעם׳ס טיקעט. דעריבער, ווען דו לייגסט צאם די ביידע פאקטארן [זאגן פאר 1). ״יענעם״, + 2). ״נביאות״] דאס איז אפשר סיגניפיקענט (ועדיין אפשר וכו׳).

סיגניפיקענט?!?
וואו איז שייך אויף דעם סיגניפיקענט די נעקסטע מאל וואס דאס גייט געשען וועט זיין א געזיליען יאר ארים?!?


אין סטאטיסטיקס קען מען נישט אריינלייגן קיין עתיד, דאס איז פשוט א טעות. (חוץ אויב מ'ווייסט עתידות). מ'קען נאר נוצן די דאטא וואס מען האט.

מי אני האט געשריבן: ״נביאות״ דאס איז אפשר סיגניפיקענט.


דאס איז די נקודה.

איך ווארט נאך צו הערן פון איינעם וואס זאגט פאר אזעלכע נביאות. (נביאות וואס קענען קלאר ווערן פאלסיפייט.)
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:02 pm

אגב, אז מ׳רעדט שוין יא פון די Law of Truly Large Numbers במילואו (אינפיניטי וכו׳) בנוסף צו מעשיות וואס ״וואס וואלסטו געזאגט אויב...״ [די/אונזער לאטערי מעשה], בין איך נייגעריג וואס וואלסטו געזאגט ווען א נארמאלער אומגלויבליכער גוי (אן קיין לחשים, תפילות וכו׳) פון איך ווייס וואו, גייט טאקע דורך א סאלידער וואנט? אדער נאך גרינגער, ער באווייזט אזא זאך פון די לאטערי נומערן. איך גלייב וואלסט דעמאלטס יא גענוצט די law.

יעצט, קענסטו ענטפערן (שווער, אבער דאך) אז אזא זאך גלייבסטו נישט קען בכלל פאסירן, וממילא דארפסטו נישט צוקומען צום law. משא״כ ביי די רבי׳ס לאטערי מעשה גלייבסטו אז עס קען ווירקליך פאסירן (note די ווארט גלייב).

איז לא׳מיר נעמען די טראכטן עקספערימענט א שטאפל ווייטער. לא׳מיר זאגן אז א הינדו מאנק באווייזט אזא סארט מופת פון די לאטערי (מסתמא כבר היה כעי״ז), און ער (פארשטייט זיך) טענה׳ט אז דאס איז מכח זיינע כוחות וואס קומען פון ווישנו צו איך ווייס. ולא עוד, ער גיבט נאך צו א פונקטליכע ריטואל וואס שטייט אין די וועדא צו וואס, וואס דאס איז פונקטליך וויאזוי ער האט דאס באוואוזען.

וועסטו לכאורה זאגן אז דאס איז נישט קיין ראיה לאמונתו, און הגם דו גלייבסט (בהנחה קודמת) אין העכערע כוחות, איז דאס אבער נישט קיין ראיה צו א רוח הקודש און אוודאי נישט זיין אפגאט, נאר ענדערש צו א רוח פון טומאה וואס קען באווייזן מופתים (ועיין בע״ז נה. ועוד).

איז אויב אזוי at the end of the day באנוצטו דיך אויך מיט אפאלאגעטיקס אפצופרעגן דעם מאנק׳ס הנחה/קלעים/ראיה, וואס זענען נאר מיוסד אויף דיינע פערזענליכע גלויבונגען (קעגן דאס וואס דו רופסט קאממאן סענס; חוץ אויב גייסטו זאגן אז נאר מוכיח זיין העכערע כוחות פון אזא סארט מעשה איז קאממאן סענס ותו לא, ודוחק). איז פארוואס קוקסטו אזוי אראפ די law וואס, הגם עס קוקט אויס/איז (ביי אינפיניטי וכו׳) אפאלאגעטיק, איז עס דאך מיוסד אויף סברה׳דיגע מאטעמאטישע הנחות?
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:13 pm

איך פערזענליך וואלט בשו"א נישט גענוצט קיין סטאטיסטיק ענטפער אויב איינער באווייזט אזא זאך ווי די לאטערי נומערן. נישט קיין חילוק איד, מאנק, סתם גוי.

וועגן דעם גלייב איך טאקע נישט אז ס'איז אמאל געווען אזא מעשה. (חוץ cheating, אזעלכע זאכן זענען שוין געווען).
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:14 pm

לאמיר שוין הערן כאטש איין באשטעטיגטע א לאטערי מופת.
אפשר נאכדעם וועט זיין אינטערסאנט צו שפעקולירן אויב סאיז א מופת אדער א קאאינסידענט
דער פאקט אז די אשכול איז שוין א פאר בלאט לאנג און קיינער קען נישט טרעפן אפילו איין אזא מופת ווייזט אז סגעשעט טאקע נישט.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1535 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט