בלאט 1 פון 1

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:03 am
דורך פארוואס?
[center]אריינפיהר[/center]


מיר שטויסן זיך אן זייער אסאך מאל אין אונזער לעבן אין געוויסע סארט פאסירונגען וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ׳ט אז עס זאל ״פונקט״ געשעהן, צומאל קען געשעהן זייער מאדנע זאכן, וואס מ׳דארף זיין בלינד צו וועלן לייקענען די השגחה פרטית.

מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל. אזוי אויך פארשידענע אומ-פאראויס געזעהנע רמזים, וואס שטימען ממש כפתור ופרח.

צדיקים אין די פריערדיגע דורות, און אזוי אויך אין די היינטיגע דורות, זאגן צו הבטחות, און עס ווערן מקויים, (יא איך ווייס אז עקספערימענטער וועלן טענה׳ן אז א גרויסע חלק פון זיי איז פאבריצירט, אבער וואס טוהן מיר מיט די קליינע חלק וואס זענען אמת?), איהר האט שוין זיכער בייגעוואוינט ווי אן אדם נאמן דערציילט אייך א מעשה, וואס ער האט ״אליינס״ בייגעוואוינט, און אויב איז עס אמת, דאן לכאורה בלייבט נישט מער ווי צו גלייבן אין די אגענדע וואס דער דערציילער פראבירט צו שטיפן. (אין אנדערע ווערטער, אויב ווילט איהר נישט גלייבן אין דעם דערציילערס אגענדע, איז די איינציגסטע וועג נאר צו אפ לייקענען להד"ם, אז די מעשה איז קיינמאל נישט געשעהן).

איך וויל נישט דא נישט צולייגן נאך א טעאלאגישע אשכול, (אבל חזקה על קאווע-שטיבל, אז עס וועט געשעהן צו איך וויל יא אדער נישט), אבער כידוע אז השגחה פרטית איז נישט אנגענומען ביי אלע ראשונים, און אפילו אויב מיר נעמען עס אן, דארף מען עס קענען מסביר זיין על פי דרך הטבע. טא, לאמיר פראבירן פארשטיין ווי אזוי קענען אזעלכע אומ-פאראויסגעזהנע פאסירונגען געשעהן.

איך וועל נישט צונעמען אלע סארטן סצענעס, אבער לאמיר און קורצן פארשטיין, ווי אזוי קען מען לאגיש אנאליזירן די טשאנסן פון א געוויסע געשעהניש עס זאל געשעהן.

אלזא, איך מיין אז ווען עס קומט צו דעם נושא, איז זייער אפט צו אויסגעפונען פארקערטע רעזולטאטן ווי ערווארטעט. כלומר, צומאל דוכט זיך פאר א מענטש במושכל ראשון, אז א געוויסע געשעהניש איז אומ-מעגליך צו ערקלערן בדרך הטבע, אין די צייט וואס עס איז אומ-מעגליך אז עס זאל נישט געשעהן. און צומאל פארקערט, א מענטש מיינט אז א געוויסע פאסירונג איז זייער מעגליך צו ערווארטן, און די צייט וואס די טשאנסן זענען זייער זייער שוואך צו ערווארטן.