סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך אתרוג פושקע » דינסטאג מאי 03, 2016 11:58 pm

פארוואס
איך מיין אז די מאכסט א שטיקל טעות.

אויב די ווילסט אנאלאזירן א געוויסע פאסירוג צו דאס איז געשעהען naturally (ליין: סטאטיסטיקלי) אדער דורך direct intervention (ליין: השגחה פרטות) דעמאלטס קענסטו נישט קוקען נאר אויף די סטאטיסטיקס וואס זענען די טשענסעס אז די פאסירונג זאל געשעהן. דאס איז נאר גוט פאר עס גששעהנט - דעמאלטס קענסטו פרעגען וואס זענען די טשענסעס אז עס זאל געשעהן. אבער נאך די פאסירונג איז שוין געששעהן איז נישט קיין נפקא מינה וואס די טשענסעס זענען (איינער וואס האט געווינען די לאטערי איז א געווינער נישט קיין חילוק אויב די טשענסעס זענען איינס אין א הונדרעט אדער איינס אין הונדרעט מיליאן).

די שאלה יעצט איז נאר איינמאל עס איז זיכער געשעעהן צו איז דאס געשעהען naturally (ליין: סטאטיסטיקלי) אדער דורך direct intervention (ליין: השגחה פרטות) אויף צו ענטפערען די שאלה דארפסטו וויסן די טשענסעס/סטאטיסטיקס פון ביידע צדדים סיי פון סטאטיסטיקלי און סיי פון השגחה פרטית.

יעצט אזוי ווי די האסט נישט קיין שום וועג צו וויסן די טשענסעס אז עפעס איז געשעהן דורך השגחה פרטית ממילא איז נישט שייך בכלל צו דן זיין צו איז דאס השגחה פרטית אדער נישט.

איך האף אז איך האב זיך גענוג גוט מסביר געוועהןץ
אתרוג פושקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 01, 2016 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מאי 04, 2016 12:15 am

איך פארשטיי דיין פוינט
איך מיין אז "פארוואס" זיכט נישט צי זאגן אז דאס איז נישט קיין direct intervention ער וויל פשוט ארויסבערגען אז דאס איז אויך סטאטיסטיש מעגליך - והבוחר יבחר

איך מיין אבער אויב איינער וועט געווינען 12 מאל נאכאנאנד די מעגע-מיליאן הגם לאחר המעשה איז דאס א פאקט און דאס מיינט אז סטאטיסטיש איז דאס מעגליך דאך גלייב איך אז און דעם פאל וועט @פארוואס אוועק ווארפען זיין קאלקעלעטער און קימען צי די מסקנה אז דא איז געווען א direct intervention
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:00 pm

בנוגע די שמועס (בעיקר פרק ג) איז אינטרעסאנט צוצולייגן דאס וואס ראובן צייכנט צו אין ברסלבער׳ס אשכול וואס ער האט אראפגעברענגט דא, דאס וואס פראפעסאר דזשאהן עדענסאר ליטלוואד (אן ענגלישער מאטעמאטיקער) האט אויפגעוואוזען (מיוסד אויף דעם Law of Truly Large Numbers), וואס איז באקאנט אלס Littlewood’s Law. עס לויטעט אז א ״נס״ [דעפינירט אלס עפעס וואס האט א שאנס צו פאסירן 1/1,000,000] דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג; בערך איין מאל א חודש.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 9:39 am

מי אני האט געשריבן: וואס איז באקאנט אלס Littlewood’s Law. עס לויטעט אז א ״נס״ [דעפינירט אלס עפעס וואס האט א שאנס צו פאסירן 1/1,000,000] דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג; בערך איין מאל א חודש.

די דעוועל איז אין די דעפענישען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:44 am

פארוואס? האט געשריבן:מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל.

אגב, אויף דעם איז סתם אזוי אינטרעסאנט צו ציטירן דר. עריל דעיוויס אויף גימטריאות (אינ׳ם דזשורנאל וויטוס טעסטאמענטום, לגבי די ענין פון מספר בני ישראל אין מדבר):
“Practically any number can be conjured up, provided one chooses the correct phrase.”
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:54 am

שש משזר האט געשריבן:און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...

========
ייש"כ הרב @פארוואס? פארן באשרייבן אזוי שיין.

אוי מי יתן לנו ימים כקדם. שש משזר. איך וויל נישט זיין קיין דורש אל המ--. איך האף אז דו לעבסט נאך אויף 2 באקן. לפי השמועה ביסטו (געווען) אויף לדעת. ואין דעת אלא רוח הקודש. דערווארט איך פון דיר אז דו זאלסט מיט רוח הקודש מרגיש זיין אז איך זוך דיך און איך ווילל רעדן צו דיר.

היות איך טוה א ביסל אין די סוגיא פון תשע חנויות, ווילל איך זייער שטארק וויסן וואס איז דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ. נאר נישט פון זיין אייניקל די געוועזענע שולמית אלוני. וועלכע איז שוין בעלמא דקשוט. און זי שטייט אינדרויסן פון היכל וואו איהר זיידע זיצט אין גן עדן ביי א גלעזל טיי און אן אפענעם ר' חיים און ער איז זיך מפלפל מיט זיינע חברים. און ער פאקט אויס זיינע אייגענע חקירות און חידושים. זי וואלט זייער שטארק געוואלט אריינגיין רעדן א פאר ווערטער צו איהר זעידע. אדער כאטש זאגן העלאו. (זי האלט שוין נאך די י"ב חודש). נאר דער שומר הפתח לאזט נישט אריינגיין...!

ווער ס'וועיסט וואס דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ איבער די סוגיא איז, וועלל איך איהם שטארק מכיר טובה זיין...!

נ.ב.:א קליינע הגה"ה. דער ווארט איז תשע חנויות. ניין געשעפטן. נישט תשע חניות. ווייל דאס מיינט פארקינג ספאטס. נישט געשעפטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:26 am

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן: וואס איז באקאנט אלס Littlewood’s Law. עס לויטעט אז א ״נס״ [דעפינירט אלס עפעס וואס האט א שאנס צו פאסירן 1/1,000,000] דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג; בערך איין מאל א חודש.

די דעוועל איז אין די דעפענישען

ער האט עס גע(דארפט) געבן א פונקטליכן [מאטעמאטישן] הגדרה/קאנסטראקט.

דאס ברענגט אויף דעם (אבסורדיסט אבער האט א פונקט) וויץ וואס דניאל האנדלער האט געשריבן אין דעם קינדער בוך The Carnivorous Carnival (דעם ניינטן בוך אין די קינדער סעריע פון A Series of Unfortunate Events). די כאראקטאר לעמאני סניקעט דריקט זיך אויס:
“Miracles are like meatballs, because nobody can exactly agree on what they are made of, where they come from, or how often they should appear.”
(יעצט הא'מיר שוין נאך א קשר צום דערמאנטן סוגיא פון ט' חנויות מוכרות בשר...)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 6:43 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...


היות איך טוה א ביסל אין די סוגיא פון תשע חנויות, ווילל איך זייער שטארק וויסן וואס איז דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ.

ווער ס'וועיסט וואס דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ איבער די סוגיא איז, וועלל איך איהם שטארק מכיר טובה זיין!

אפאר פונקטן וואס רשש״ק ברענגט ארויס אין די נושא/סוגיא און קען (אפשר) זיין אז דאס מיינט מען בענינינו:

א). אין פרק א (אין זיין ספר שערי יושר, שער ד) טוט רשש״ק אויף אז לפי ווי אזוי רש״י האט אפגעלערענט די הוו״א פון די סוגיא אין די גמרא אין כתובות טו., איז א קבוע נאך שטערקער פון, און לייגט צו צו, א רוב. והיינו, אז ווען א מיעוט הקבוע וועט זיין קעגן/צאמגעמושט מיט א רוב שאינו קבוע ׳עט די [אמת׳ע] רוב ווערן נידון ווי א מיעוט קעגן די (מיעוט ה)קבוע. און דאס קומט די גמרא לאזן הערן אז ס׳נישט מער ווי א מחצה בכל אופן (ווייל חידוש הוא וכו׳), און די additional מעלה/חסרון פון רוב/מיעוט ווערט אינגאנצן נישט גערעכענט בכה״ג. אין אנדערע ווערטער, די מושג פון ״קבוע״ איז נישט עפעס בתוך ההגדרה של ״רוב״, נאר עפעס מחוצה לו וואס supersede עס און איז מבטל דעם מציאות פון ״רוב״.

ער זאגט אז לפי״ז איז וועגן דעם נישט קיין חילוק צו די איסור אדער נאסר איז די קבוע, בכל אופן ׳עט עס האבן דעם דין פון מחצה על מחצה. (קומט אויס דערפון אינטרעסאנט, אז טאמער עס איז דא צאמגעמושט א רוב הקבוע און א מיעוט שאינו קבוע ׳עט עס דאך זיין כמחצה על מחצה, ווייל די חידוש איז אז די גאנצע ענין פון מספר [רוב נגד מועט] פאלט אוועק בכה״ג. ואפשר להעמיס זה בדבריו.)

ב). אין שער ג פרק ד טוט ער אויף עפ״י די רא״ש (וואס די שיטמ״ק ברענגט אראפ בפרק שנים אוחזין בב״מ) אז דאס וואס די תורה זאגט צו גיין נאך רוב [אחרי רבים להטות] איז נישט מכח דעם אז מיר גייען נאך דעם אז די מציאות און די טבע איז אזוי [פראבעביליטי], נאר אלס גזיה״כ, ולכן קען דאס קבוע צושטערן. (אין שער ד איז (משמע אז) ער (איז) דאס מקשר מיט זיין אויפטו אז ביטול ברוב איז שטערקער ווי הלך אחר הרוב, ווייל הלך אחר הרוב איז נישט מברר א מציאות (עפ״י תורה).)

עס איז מערקווידיג צו ציטירן זיין לשון וז״ל, אבל היכא שהדין במציאות תלוי עפ״י ידיעתנו, וידיעה עפ״י רוב אינה נחשבת כידיעה ברורה, בכה״ג לא מהני רוב עכ״ל.

דאס אלעס פירט אריין צו זיין טעזע (וואס לכאורה דאס מיינט מען בעיקר מיט זיין ״כאפ״) אין פרק ב:
ג). הגם ער איז מסכים מיט׳ן הנחה פונ׳ם פרי חדש (ביו״ד סימן קי), וואס דינגט זיך מיט׳ן טו״ז, אז עס קען בעצם זיין אז א חלק פון א בהמה (שפירש) זאל זיין כשר (מכח טריפה) און די אנדערע (שנשאר במקומה/בקביעותה) איז טריפה, איז ער דאך מחולק מיט אים מכח אן אנדערע אספעקט. דהיינו, אז עס איז דאך דא דער פשוט׳ע קשיא אז ווי אזוי איז דא בכלל אמאל וואס מ׳זאל גיין נאך רוב (אפילו כשפירש)? די חלק וואס איז נישט פירש [די חנות פון וואו ס׳קומט] איז דאך א געבליבן א קבוע? אויף דעם טוט אויף רשש״ק אז ס׳ווענט זיך אויף וואס מ׳איז דן. דהיינו, ביי די דיון פון פירש איז מען נישט דן אויף פון וועלכע מקום ס׳איז נפרש עפ״י רוב [א קאנקרעטע מעשה], נאר מ׳איז דן אויף רוב מעשיות הפרשות בעלמא [א מער אבסטראקטע מעשה/דיון], וואס אין די פאל איז נישט שייך קיין ״קבוע״ [וואס באציט זיך דייקא צו קאנקרעט]. דאס איז נישט שייך ביים פרי חדש׳ס [גאונים׳ס] מעשה, וואס די ספק און דיון איז בעצם בגוף בהמה אחת [א קאנקרעט (שבקאנקרעט...)], און אז מ׳צוטיילט די הלכה בגוף בהמה אחת [סיי כשר און סיי טריפה] גייט עס זיין בוודאי שקר.

אזוי האב איך דאס פארשטאנען לפום ריהטא, ואם שגיתי...

***

וואס מ׳קען אפשר זאגן אז שש האט געמיינט מדמה צו זיין לנידון דידן איז אז לפי רשש״ק איז פון א תורה׳דיגע [הלכה׳דיגע] פערספעקטיוו נישט דא קיין מושג פון פראבעביליטי [נישט דאס איז וואס די תורה מיינט מיט רוב] (אזוי ווי אין אות ב)...
און דאס איז אפילו אין אבסטראקטע מושגים וואס נאר דארט גילט בכלל דעם מושג פון הלך אחר הרוב (אות ג); ווייל ווען נישט איז קבוע עס מבטל (אות א).

(אינטרעסאנט אז ביי די סוגיא פון רובא וספיקא איז באקאנט די ש״ך אין יו״ד סוף סימן קי אז מ׳זאל נישט מדמה זיין אין די זאכן אזוי שנעל מילתא למילתא...)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:35 pm

מי אני האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן: וואס איז באקאנט אלס Littlewood’s Law. עס לויטעט אז א ״נס״ [דעפינירט אלס עפעס וואס האט א שאנס צו פאסירן 1/1,000,000] דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג; בערך איין מאל א חודש.

די דעוועל איז אין די דעפענישען

ער האט עס גע(דארפט) געבן א פונקטליכן [מאטעמאטישן] הגדרה/קאנסטראקט.

מסכים!
די הגדרה איז אבער ראנג און מיסלידינג.

אויב עפעס דארף דארף סטאטיסטיש צו פאסירן צו א מענטש בערך איין מאל אין 35 טעג
און געשעט למעשה א יעדער 35 מעניט, איז דאס א "נס" ?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:25 pm

א חלק פון וואס ליטלוואד׳ס געזעץ בפרט און די געזעץ פון אמת׳ע גרויסע נומערן בכלל ווילן ארויסברענגען איז אט דאס; די חילוק צווישן פאסירונגען בטבע און פאסירונגען למעלה מדרך הטבע. דהיינו אין אונזער דיון, אז מ׳דארף באטראכטן אויסערגעווענליכע געשעענישן [וואס קענען דעפינירט ווערן אין א קוואנטיטישן/נומערישן פראבעבעליסטישן אופן] אין די [נומערישע] צייט-אינטערוועל אפשניט וואס זיי פאסירן, וכדומה (וויפיל טרייעלס פון די עווענטס עס פאסירט וכו').

איז, למשל, א געשעעניש וואס האט א שאנס פון 1/1,000,000 וועט נאר זיין אומנאטירליך טאמער עס פאסירט סיגניפיקענטלי אפטער (אדער סיגניפיקענטלי אומאפטער!) ווי איינמאל אין 35 טעג (בערך; אינדרויסן פון א מארדזשין וכו׳). אויב עס האט א שאנס פון 1/100,000 דעמאלט איינמאל אין 3 טעג, וכן הלאה (הן למטה והן למעלה). אויב וועסטו טאקע טרעפן מער ווי איינעם (עכ״פ עס זאל זיין סטאטישטיש סיגניפיקענט; ווייל ווי באקאנט אויף דעם אליין איז אויך דא סטאטיסטיקס, כדומה דער וואס געוואונט א לאטערי צוויי מאל וכו׳) צו וועם עס פאסירט א 1/1,000,000 געשעעניש איינמאל אין 35 מינוט (גענוג אפט) וועט דאס טאקע גערעכענט ווערן צו זיין אומנאטורליך.

מאידך גיסא, ווי דערמאנט, זאגט די Law of Truly Large Numbers אז (וואס אונז האבן גערעכענט ווי) אמת׳ע אומנאטירליכע געשעענישן (געוואונען אפאר מאל א לאטערי, אן 1/1,000,000 געשעעניש וואס פאסירט צו איינעם סיגניפיקענטלי אפט יעדע 35 מינוט וכו׳, ווי דערמאנט), אויב געט מען דאס גענוג טרייעלס, וועט דאס אויך פאסירן. אין אנדערע ווערטער, אז (אמת׳ע) אומנאטירליכע געשעענישן זענען אויך א חלק פון נאטור.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:20 pm

די רבי זאגן פאר אברהם זאנויל גיי קויף די לאטערי, שטעל דאס אויס לויט דיין נאמען און וועסט געהאלפען ווערן.
אברהם זאנויל קויפט 12254 715613 מספר קטן פין זיין נאמען
און לא-ענד-ביהאלד ער געווינט!!! א נס!!! א מופת!!!

נישט אזוי שנעל, 715613 12254 האט א chance צי געווינען איינמאל אין 50 יאר, די לעצטע 70 יאר האט דאס נאך נישט געווינען - נא, אויך מיר א נס, אויך מיר א מופת.

OK למעשה דאס אז די גורל זאל אויס פאלען די נאמבער פאר די מענטש נאך וואס די רבי זאגט אים דאס צי קויפן דאס איז שוין יא א מופת, ניין?
נישט אזוי שנעל, הגם דאס קען נאר פאסירען איינמאל און א געזיליען יאר, לויט וויפיל מיר ווייסען האט דאס ביז היינט נאך נישט פארסירט - נא, אויך מיר א נס, אויך מיר א מופת.
קיין מופת!!! קיין נס!!!




מעגן מיר דאס ריפען אבסורד?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש אוגוסט 17, 2019 11:15 pm

עס זעהט אויס אבסורד.

די ספעציפישע משל, פון א פראבעבעליסטישן שטאנדפונקט, דארף מען פרעימען אזוי: וואס איז די פראבעביליטי אז איינער וואס ווייסט נישט וואס די נומערן וועלן זיין, וועט פונקט קענען פאראויס זאגן ווען פונקטליך די נומערן וועלן אויסקומען? (אין אנדערע ווערטער, נישט נאר די פראבעביליטי אויף די עצם העלאת הנומערן.)

יעצט, לכאורה גייט די משל ארויס פונ׳ם כלל פון ליטלוואד׳ס געזעץ און גייט אריין אינ׳ם ברייטערען כלל פון די Law of Truly Large Numbers, וואס זאגט אז דאס איז מעגליך נאטורליך דורך א guess וכו׳. ווי ערווענט, אויב געשעהט דאס מיט׳ן זעלבן רבי׳ן עטליכע מאל [סיגניפיקענט וכנ״ל], וועט דאס לכאורה בייקומען דעם כלל (אדער ׳עט מען ניצן אקעם׳ס רעיזאר (אפשר אויך צוזאמען מיט הום׳ס כלל אין אמונה בניסים) צו זאגן אז ס׳איז ריגגד און דער רבי האט inside information וכדומה...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:03 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:11 pm

בקצור, נישט קיין נס!

דא זענען פארגעקימען אפאר באזינדערע זאכן, אזוי וואו דו האסט טאקע באמערקט
איינס: איינער וואס ווייסט נישט וואס די נומערן וועלן זיין, וועט פונקט קענען פאראויס זאגן ווען פונקטליך די נומערן וועלן אויסקומען?
צוויי: די פראבעביליטי אויף די עצם העלאת הנומערן.
דריי: די נאמבער איז געווען די נאמען פין די מענטש וואס האט דאס געווינען (מאכט זיך נישט א יעדען טאג)

די אמת איז איך האב פארציילט די מעשה זייער בקיצור, די עכטע מעשה גייט די חסיד האט געזאגט פארן רבין "אברהם זאנויל איז נאר האלב פין די נאמערן וואס פעלט אויס, וואס זאל איך אריינשרייבן פאר די אנדערע נאמערן?
די רבי האט זיך פארגלייזט די אויגן און געזאט, און עק שטאט וווינט חיים וואסער טרעגער און א אלטער חאדקע, גיי דארט אהין און צייל אפ וויפיל נעגליך איז דא אויף די דאך פינעם חאדקע, און דאס לייג צי צי די נאמערן, און וועסט האבן חצלחה!

סך הכול וואס דאס טוט ס'מאכט די פראבעביליטי זאל זיין מער אפגעריקט.
פין א פראבעבעליסטישן שטאנדפונקט איז אלס מעגליך אויב ניץ איך די Law of Truly Large Numbers

געדענק דאס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט ביז יעצט, און יעצט איז אפשר די ערשטע מאל, די נעקסטע מאל דאס וועט געשען וועט טאקע זיין און א געזיליען יאר ארים!

אבסורד?!?
נע, עס זעט נאר אויס אבסורד!!!



מעגן מיר ניצן אקעם׳ס רעיזאר און זאגן די רבי האט רוח הקודש ?


ס'איז נישט שייך קיין אינסייד אינפערמעשן אויף א גורל וואס איז רענדעם
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:15 pm

הקטן האט געשריבן:אבסורד?!?
נע, עס זעט נאר אויס אבסורד!!!



מעגן מיר ניצן אקעם׳ס רעיזאר און זאגן די רבי האט רוח הקודש ?

לכאורה איז נאך אלס פשוט׳ער להסביר און צו זאגן מקרה בתורת פראבעביליטי וואס איז נאך אלס דאך ראציאנאליסטיש, ווי דאס אז ער האט רוה״ק וואס איז נישט (און איז אויך נישט געהעריג שייך מסביר צו זיין און קוואנטיפייען וואס פונקטליך דאס איז וכו׳).

ס׳פרעגט פארשטייט זיך נישט אפ (אפילו ביי ווייניגערע ״וואונדערליכע״ פעלער) דאס גלויבן אין די מושג פון נס, רוה״ק וכו׳, אבער קיין הוכחה [״אבסורד״] איז דאס נישט.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:36 pm

ביסט גערכעט, אויב "רוח הקודש" און "נס" איז אינדרויסען פין א מעליכקייט, נאך איידער מען איז דן דעראויף!
די זעלבע וואלט געווען די גורל מיט גרעוועטי אויב איז זאס אויסגעשלאסען פין באטראכט ווערן אלס מעגליך, נאך איידער מיר זענען דן דעראויף
אפשר ווייל מיר קענען נאך נישט קוואנטיפייען וואס פונקטליך דאס איז

ראציאנאלאיז צי אננעמען וואס מיר באמערקען, נישט קריכן אויף גראדע ווענט.
אויב זעען מיר עפעס וואס לאזט זיכט די גרינגסטע מסביר זיין דארך אננעמען כוחת וואס זענען העכער טבע איז דאס וואס א ראציאנאלערמענטש האט צי טון
דאס איז די וועג וואו אזוי מיר האבן אנגענימען גרעוועטי

מי אני האט געשריבן:אבער קיין הוכחה ״אבסורד״ איז דאס נישט.


״אבסורד״ איז א מענטעל קאנסטראקט!
וואס זעט זיך אן אלס ״אבסורד״ איז ״אבסורד״ !!!

אנלעס, דיין מוח קען מאכן סענס דערפין, וואס דאן זעט זיך דאס אויך נישט אן אלס ״אבסורד״
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:38 pm

ס׳אבער לכאורה נאך אלס דא אפאר חילוקים, אבער ראשית כל אפאר פרעמיסעס (וויאזוי איך האב פארשטאנען ביז אהער):

1). איך פארשטיי אז לכאורה ׳עסטו אויך מודה זיין אז (ריזארטן צו) עפעס וואס איז למעלה מדרך הטבע [וויאזוי אונז דעפינירן טבע וחוצה ממנה; רוחני ווס. גשמי וכו'] וועט נישט גערעכענט ווערן ווי ״ראציאנאלע״ ריזאנינג (עכ״פ נישט ווען עס ווערט געשטעלט קעגן עפעס וואס איז יא בתוך חוקי הטבע, כבנידון דידן).

2). איך פארשטיי אז לכאורה ביסטו אויך מודה אז רוה״ק איז למעלה מדרך הטבע.

אויב אזוי ׳עסטו לכאורה מודה זיין אז (עכ״פ אין אונזער קאנטעקסט) ווערט די קאנסטראקט פון (ריזארטן צו א הסבר פון) רוה״ק באטראכט ווי איראציאנאל.

*

די חילוק פון דעם ביז גראוויטי איז לכאורה אין אט דעם וואס ניוטאן האט דאס געשטעלט אלס א חלק פון די טבע ממש. ער האט דאס פונקטליך דעפינירט ווי אזוי און פארוואס דאס ארבעט [מעס וכו׳], עכ״כ אז ער האט דאס באזירט מיט א מאטעמאטישן/פיזיקעל פארמולע כידוע [GM1M2/R^2]. (איך ווייס אז עס קומט נישט אריין דא, אבער מ׳קען אפשר נוצן בתורת שאלה פאפער׳ס גדר פון פאלסיפייעביליטי אין סייענס צו פארשטיין דעם חילוק, לשבר את וכו׳.)

להבארה: איך גלויב אין רוה״ק והמסתעף. איך האלט פשוט אבער אז (לעת עתה עכ״פ) איז עס נישט בגדר לאגיש אויפגעוואוזען אד״ג.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:30 pm

די פרעמיסעס וואס דו שטעלסט אראפ, רוחני ווס. גשמי וכו', זענען געבויט אויף א ריין מאטראליסטישע וועלט בליק און בכלל נישט אויף רעצאנאל.
זיך איינצוימען מיט אט די שמאלע לענס האט נישט קיין שייכת מיט ראציאנאל.
ראצענאל בארעכטיגט דאס בכלל נישט! פארוואס מיינסטו אז יא?



בנוגע גרעוועטי, נאטאן זעלסט האט זיכער געזען גרעוועטי אלס א ראציאנאלער הסבר נאך פיל איידער ער האט געקענט פינקטליך דיפענירען די פאנאנעמע (אפשר גאר רוחני) , ווען נישט וואלט ער זיך נישט אפגעגעבען דערמיט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:23 pm

רוח הקודש איז נישט קיין ערקלערונג ווייל סאיז גארנישט מער שכיח ווי צוטרעפן א זעקס ציפערדיגע נומבער. והא ראיה, הקטןס מעשה האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די ווירקליכקייט.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:49 pm

הקטן האט געשריבן:די פרעמיסעס וואס דו שטעלסט אראפ, רוחני ווס. גשמי וכו', זענען געבויט אויף א ריין מאטראליסטישע וועלט בליק און בכלל נישט אויף רעצאנאל.
זיך איינצוימען מיט אט די שמאלע לענס האט נישט קיין שייכת מיט ראציאנאל.
ראצענאל בארעכטיגט דאס בכלל נישט! פארוואס מיינסטו אז יא?



בנוגע גרעוועטי, נאטאן זעלסט האט זיכער געזען גרעוועטי אלס א ראציאנאלער הסבר נאך פיל איידער ער האט געקענט פינקטליך דיפענירען די פאנאנעמע (אפשר גאר רוחני) , ווען נישט וואלט ער זיך נישט אפגעגעבען דערמיט.

איז פארשטיי איך אז דו ביסט בעיקר חולק אויף פרעמיס 1: אז דו האלטסט אז אויב האלט מען (למשל) פון איידיעליזם (פילאזאפיש), דעמאלטס לאהט ראציאנאליזם [reason itself] (עפיסטעמילאגיש) יא בורר זיין דעם הסבר פון חוץ לדרך הטבע מבתוך הטבע.

איך פערזענליך בין יא פארשעל צו איידיעליזם (אזוי ווי איך האב צוגעענדיגט פריער, ״אז איך גלויב וכו׳״) און איך בין נישט אזוי זיכער אין דעם; אז דאס איז אזוי אזוי ווי דו זאגסט. איך דארף מער טוהן דערין. מיינענדיג, אז איך האלט אז אפילו עפ״י ראציאנאליזם וועט א מסתבר׳דיגן טבע׳דיגן הסבר, אפילו עס איז מער רחוק פונ׳ם חוץ לטבע׳דיגן הסבר (דער אמת איז ס׳עט אלעמאל זיין אזוי... אבער דאס איז א שמועס פאר זיך), זיין אויפ׳ן (כאטש דעם) זעלבן לעוועל ווי דעם חוץ לטבע׳דיגן הסבר, צו גאר מער.

(עפ״י עמפיריסיזם איז עס לכאורה זיכער נישט אזוי ווי דו זאגסט, אבער צו דעם גלייב איך אז דו ביסט אויך מודה; אונזער שמועס איז בנוגע עפיסטעמילאגישע ראציאנאליזם בתוך, למשל, פילאזאפישע איידיעליזם.)

***

סתם אזוי, בנוגע ניוטאן און גראוויטי קען טאקע זיין אזוי ווי דו זאגסט, אבער איך גלייב אז עליך להביא ראיה אז ער האט מעיקרא געהאלטן אז דאס איז אפשר רוחני וכדומה, און נאר וועגן דעם זיך אפגעגעבן דערמיט עס צו פארמאלירן. אונזער אקקעם׳ס רעיזאר זאגט אונז לכאורה אז ער האט מעיקרא געהאלטן אז דאס איז בתוך הטבע גמור, זוכענדיג אזוי עס צו פארמאלירן בתוכה (עכ״כ אז ס׳דא וואס זאגן אז וועגן דעם האט ער מחבר געווען קאלקולוס). אין אנדערע ווערטער, ס׳זעהט לכאורה אויס אז ער האט געגלייבט אז ס׳עט נאר זיין א ראציאנאלע הסבר טאמער ער קען עס געהעריג פארמאלירן און מסביר זיין (און ווען נישט נישט; ער וואלט דאס דיסקארדעט. אפשר). נישט אז דאס איז אזוי ווייט נוגע צו אונזער שמועס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:21 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:58 pm

אקאמס רעיזער זאגט אונז ווי פאלגענד:
אין יעדע מצב, נעם אן די מערסט סימפל פירוש אויף דעם.
למשל אויב דו זעסט אז סרעגענט, גייט מען נישט אננעמען אז דאס איז צושטאנד געקומען דורך עליענס וואס ווילן שיקן א מעסעדזש, נאר מיר גיייען אננעמען אז סרעגענט צוליב א פשוטערע סיבה, נעמליך די וואלקנס זענען געווארן צו געדעכט.
ווען מרעדט פון רוח הקודש און מופתים איז דאס שטענדיג די גרעסטע דוחק מצד אקעמס רעיזער.
ווייל כדי צו אננעמען רוח הקודש מוז מען קודם אננעמען א גאנצע פעקל פון חידושים ובמילא איז שטענדיג מער מסתבר אפילו די ווייטסטע נאטורליכע הסברים וי איידער א גאנצע מערכה פון רעליגיע וואס האט נישט קיין אומאפהענגיגע הוכחה. ודי לחכימא
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:28 pm

גדליה האט געשריבן:רוח הקודש איז נישט קיין ערקלערונג ווייל סאיז גארנישט מער שכיח ווי צוטרעפן א זעקס ציפערדיגע נומבער. והא ראיה, הקטןס מעשה האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די ווירקליכקייט.


איך וויל עס אביסל בעסער מסביר זיין.
לאמיר זאגן אז ספאסירט טאקע אזא מעשה, א מקובל אין ירושלים זאגט פאר אכט ציפערן פון א לאטערי און סע געווינט.
די גאנצע וועלט רעש'/ט און טויזענטע אידן ווערן בעלי תשובה פין די אפענע מופת.
קומט צוגיין גדליה פון קאווע שטיבל און זאגט: שטותים! סאיז נישט קיין מופת. דאס ארבעט מיט די כח פין כינגא.
וואס איז כינגא? פרעגט יעדער.
גדליה איז מסביר בטוב ודעת.
כינגא איז די כח פון לאטערי צוטרעפן. ווער ספארמאגט די כח פון כינגא קען נאטירליך צוטרעפן לאטעריס. פאר דעם כינגא באזיצער איז צוטרעפן א לאטערי גרינגער ווי אראפשלינגען א גלעזל וואסער אינמיטען א הייסע זומער טאג!
און ואס האט דאס מיט די מקובל? אז ער איז פערצופאל געבוירען אלץ כינגא. סהאט גארנישט מיט צדקות און מיט קבלה
די עולם חאפט די נמשל אדער מדארף א הסבר?
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:45 pm

מי אני האט געשריבן:(עפ״י עמפיריסיזם איז עס לכאורה זיכער נישט אזוי ווי דו זאגסט, אבער צו דעם גלייב איך אז דו ביסט אויך מודה; אונזער שמועס איז בנוגע עפיסטעמילאגישע ראציאנאליזם בתוך, למשל, פילאזאפישע איידיעליזם.)

איך מיין אז עמפיריסיזם קימט נישט אריין און אינזער שמוס.
עמפיריסיזם איז דן פין וואו די data קימט צי אינז (5 סענסעס וכו')
מיר זענען דא דן וואס זאגט אינז די data - מיר ביידע האבן געזען און געהערט די מעשה מיט די רבי מיט די לאטערי, דער מאטרעליסט וואס לאזט נישט נעמען אין חשבון עפעס העכערס וועט זיך דראפעווען אויף גראדע ווענט און שרייען מאלטי-ווערס
ווידער דער וואס איז דוגל איידיעליזם פאנגט אן שוין מיט א אינטאישען אז ס'איז דא, עפעס מער וואו מעטער און גשם, ע"כ ביי אים זאגט אקאמס רעיזער רוח הקודש!
למען האמת האט איינפאכע קאמן סענס און רעצענאל גארנישט א קעגען "עפעס העכערס", אויב עפעס איז דאס default אין די אינטאישען פין די מענשטליכע סייקי



ב.ד.וו.
לדעתי איז נישט שייך קיין ריין עמפיריסיזם ווען יא איז א יעדער מאראש א טייך - עמפיריסיזם מיז אויך דארך גיין די פילטער פין קאמען סענס און ריזעניג
קימט אויס עט די ענד-אף-די-דעי איז פלען קאמן סענס קינג!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:46 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:53 pm

גדליה האט געשריבן:והא ראיה, הקטןס מעשה האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די ווירקליכקייט.

זיכער נישט!!!
די אלע מעשות זענען זיכער ליגענט!
פין וואו ווייס איך?
ווייל ס'איז דאך נישט שייך קיין רוח הקודש!!!


די סארט סורקעלער ריזענינג טרעפט זיך זייער אפט און די ליטאראטאר און אויף די עטיאיסטישע געוועב זייטען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:35 pm

וואס הייסט? אייער מעשה מיט די נומבערס און גימטריא איז א אמתע מעשה? ווען האט עס פאסירט?
אפילו אויב סהאט יא אמאל פאסירט וועט איר דאך מודה זיין אז סאיז גאר א זעלטענע געשעעניש. אויב אזוי איז שוין מער ניחא אנצונעמען אז סאיז געווען א זעלטענע צופאל ווי איידער א זעלטענע רוח הקודש
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:40 pm

גדליה האט געשריבן:אויב אזוי איז שוין מער ניחא אנצונעמען אז סאיז געווען א זעלטענע צופאל ??? ווי איידער (א זעלטענע) רוח הקודש

זיכער, אויב ביי אייך איז שוין מוסכם אז ס'איז נישט שייך קיין רוח הקודש!


די סארט סורקעלער ריזענינג טרעפט זיך זייער אפט און די ליטאראטאר און אויף די עטיאיסטישע געוועב זייטען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron