די וויסנשאפטליכע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף מארגן, דינסטאג, אינדערפרי, ווען נאסא'ס "נייע האריזאנטן" ספעיסשיף וועט כאפן דעם ערשטן נאנטן בליק אויף פלוטא - דער ניינטער און ווייטסטער [דווארף] פלאנעט פון דעם סאלאר סיסטעם.
דער "נייע האריזאנטן", א מאשינקע מיט א מאסע פון קנאפע טויזנט פונט, האט זיך ארויסגעלאזט אויף זיין דריי ביליאן מייל רייזע אין יאנואר 2006, מיט'ן צוועק צו כאפן א בליק אויף פלוטא פון דער נאנט. ער וועט דורכפליען דאס נאנטסטע צו פלוטא אום 7:49:57 אינדערפרי, ניו יארקער צייט, מיט א ווייטקייט פון בלויז 7,800 מייל.
צוליב דעם אסטראנאמישן מרחק וואס די דאטא פון דעם מאשין דארף פליען אנצוקומען צו דער ערד, וועט נעמען עטליכע שעה ביז מיר וועלן באקומען די אינפארמאציע.
"נייע האריזאנטן" האט שוין געברענגט וויסנשאפטליכע אנטדעקונגען איבער פלוטא. היינט האבן די וויסנשאפטלער געמאלדן אז פלוטא איז אביסל גרעסער ווי מ'האט געמיינט, מיט א דיאמעטער פון 1,473 מייל.
נייע האריזאנטן
פלוטא, רעכטס, מיט איר לבנה טשאראן
נאך א רייזע פון 3 ביליאן מייל אין 9.5 יאר, א גרוס פון פלוטא
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן