דורך יואליש » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:02 pm
ראשעקאל'ס ק/פ קומט פון אייוועלט און ס'פארמאגט א צומישעניש פון טערמינען. כ'וועל פרובירן צו אויסגראדן ווי ווייט כ'פארשטיי.
סופערמון - דאס איז א טערמין פאר די פענאמענאן ווי די לבנה "זעהט אויס" גרעסער אין אן אילוזיע. וויבאלד די ארביט פון די לבנה ארום "ערד" איז נישט א קרייז נאר א אביסעל א לעגעכדיגע elliptical ארביט. דאס מיינט אז געויסע צייטן איז די לבנה ווייטער פונעם ערד פלאנעט און געוויסע צייטן עטוואס נענטער. ווען די לבנה איז דאס נענטסטע, און מ'זעהט דאס אויפן האריזאנט, קוקט דאס אויס גרעסער. היינט נאכט גייען מיר האבן א סופערמאן. דאס איז נומבער איינס.
ליקו הלבנה - דאס פאסירט אויך עטליכע מאל א יאר. דאס קומט פאר ווען די לבנה ווערט פארשטעלט פון די "דירעקטע" שטראלן פונעם זון ווייל די ערד קוגל שטעלט זיך אינצווישן. ס'איז פארהאן א טיילווייזע ליקו, און א פולע ליקו. א פולע ליקו איז ווען די גאנצע לבנה ריקט זיך אריין גענצליך אינעם צענטער פונעם שאטן פון "ערד". דאס פאסירט נישט אזוי אפט ווי א טיילווייזיע ליקו, אבער פאסירט פארט כסדר.
די רויטע קאליר - אפי' ביי א פולע ליקו גייט נישט די לבנה טונקעל, וויבאלד אומדירקעטע זון שטראלן גרייכן איר נאכאלס. אבער וויבאלד די אומדירקטע זון שטראלן קומען אן געבויגענערהייט און רייסט אדורך די ערד'ס אטמאספערע, קומען בלויז אן די רויטע חלק פון די ליכטיקייט ספעקטורם. דאס מאכט אז די לבנה ביי א פולע ליקו איז באלאכטן מיט א רויטע קאליר.
בלאד מאאן (בלוטיגע לבנה) - דאס איז א פרימיטיווע טערמין פאר א פולע ליקו. אין די אלטע צייטן ווען אסטרעלאגיע, און נישט אסטרענאמיע, האט דיקטירט די פארשטאנד פון מענטשן, אין מערערע ציוויליזאציעס האט מען זיך זייער דערשראקן פון א ליקו לבנה, ווען די לבנה איז געווארן רויט. פארשידענע סופערסטיציעס און לעגענדעס פון פייער און בלוט און דרעגאנס זענען באשאפן געווארן ארום איר. מענטשן פלעגן זיך שרעקן און געהאלטן אז דאס צייגט אויף עפעס שלעכטס. און געוויסע ציוויליזאציעס איז געווען א מנהג צו שרייען אויף די לבנה ביז זי איז צוריק צו איר אריגעינעלע קאליר. דאס שרייען האט אלעמאל געהאלפן.... בשעת אנדערע ציוויליזאציעס האבן זיך געטונקען אין סופערסטישאן און חשכות פאר לאנגע יארן שפעטער האבן די גריכישע אסטרענאמער שוין טויזענטער יאר צוריק יא פארשטאנען די סייענס און געאמעטרי פון א ליקו. אלענפאלס, די טערמין "בלוטיגע לבנה" איז געבליבן. אבער ס'מיינט בלויז דאס: א ליקו הלבנה.
לבנה טעדרענד TETRAD- דאס איז א פערצופאל'דיגע פעריאד ווי פיר (4) פולע ליקו הלבנה'ס פאסירן און א צייט אפשניט פון צוויי יאר, יעדע זעקס חדשים. אסך מאל קען אדורך גיין הונדערטער יארן ואס דאס פאסירט נישט, און נאכדעם קען עס פאסירן עטליכע מאל און א century. למשל פון די 16'צטע יאר הונדערט ביז די 20'צטע איז נישט געווען קיין איינס, אבער נאכדעם האמיר געהאט אסך, וחוזר חלילה אין די 22'צטע יאר הונדערט. דאס קען מען אויסרעכענען אויף צוריק און אויף פאראויס. בנוסף צו דעם איז פארהאן א ספעציעלע אינטערעסאנטע "טעדרענד", אינטערעסאנט פאר אידן און קריסטן, ווי די טעדרענד פארט זיך צינויף מיט די אידישע ימים טובים פון פסח און סוכות. דאס הייסט אז די פיר ליקו הלבנה'ס פאלן אויס אים ליל ראשון פון פסח, סוכות, פסח און סוכות. היינט נאכט ענדיגן מיר אזא סארט "טעדרענד". די סארט טעדרענד האט פאסירט 8 מאל אין די לעצטע צוויי טויזנעט יאר, טייל מאל מיט אן הפסקה פון 500 יאר, און גייט פאסירן דאס נעקסטע מאל אין 500 יאר ארום.
כ'בין נישט קיין אסטראנאאר אדער מאטאמעטיקער. אבער ס'איז זייער probable אז פסח און סוכות זאל זיך צינויפארן מיט א ליקו. 1) א פולע ליקו קען פאסירן בלויז אויף די נאכט פון א פולע לבנה. 2) די אידישע קאלענדער איז א לונער-קאלענדער, דאס הייסט אז די פולע לבנה איז אלעמאל אויפן פוצענטע טאג. 3) פסח און סוכות הייבן זיך אלס און אויף ט"ו לחודש, צום שיין פון א פולע לבנה. ס'איז פארשטענדליך אז די צוויי ימים טובים זענען סטאטיסטיש אויסגעשטעלט צו ליקו הלבנה'ס.
די זעלטענהייט פון די היינט נאכטיגע ליקו הלבנה - פארוואס די היינט נאכטיגע לבנה איז א זעלטענע? ווייל דא פארט זיך צוזאם א סופערמאן (וואס האט גארנישט מיטן ליקו נאר מאכט עס מער זעהבאר און דראמאטיש) און א "פולע" ליקו. פון א אידעשע פערספעקטיוו איז עס אויך זעלטן וויבאלד ס'ענדיגט א טעדרענד וואס איז אויסגעפאלן אויף די אידישע ימים טובים, ט"ו ט"ו לגזירה שווה, וואס מיר גייען נישט האבן ביז נאכן אלף השישי. חוץ מזה איז די היינט נאכטיגע ליקו זייער זעהבאר ביי א גרויסע חלק פון די וועלטס באפעלקערונג.
(דרך אגב, יעדעס מאל וואס ס'פאסירט א ליקו הלבנה ביים פולן לבנה, ט"ו לחודש ווען די "ערד" איז צווישן די זון און די לבנה, פאסירט אויך א ליקוה החמה ביים באהאלטענע לבנה אויפן ערשטן פונעם חודש. ווען די לבנה איז צווישן די זון און די "ערד". דאס גייט האנט ביי האנט. און דאס איז גיטע נייעס. ווייל די גמרא זאגט אז א ליקו החמה איז נישט גיט פאר גוים און א ליקו הלבה איז נישט גיט פאר אידן. וויסענדיג אז ביידע פאסירן צוזאמען אלעמאל איז א בחינה פון גם לי גם לך לא יהיה...)