גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:16 pm

שרגא האט געשריבן:אגב, איז אויך פיל שענער געווארן דער ערשטער "יהי אור" ביי מעשה בראשית, וואס סיי פשוט פשט איז אביסל אינטערעסאנט אז דוקא ליכטיגקייט איז געווען די ערשטע זאך, ווי אויך די מפרשים פלאגן זיך וואס איז יענער אור און ואוס איז די זון און מאורות וואס זענען ערשט שפעטער באשאפן געווארן? נאר לויט הרב איינשטיין פארשטייט זיך דער "יהי אור" ממש כמין חומר, ווי עס איז דאך אזא פונדאמענטאלער טייל פון דער בריאה. ממש די ערשטע זאך נאך "והארץ היתה תהו ובהו", קומט טאקע באלד די ערשטע זאך אין דעם דריטן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור", וואס מיינט די ספיד אף לייט. ודו"ק היטב


שיין. סייענס ווייסט שוין היינט אויך אז ליכטיגקייט ("פאוטאנס") זענען באשאפן געווארן עטליכע מייקרא-רגעים נאך בריאת העולם. אין די ערשטע מאמענטן פון באשאף איז געווען חושך און כאאס (תוהו ובוהו וחושך).
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

דער לעצטער נאגן אינעם ארון

הודעהדורך יידל » זונטאג יוני 10, 2012 5:38 pm

דער לעצטער קלאפ אינעם ארון פונעם טעאריע אז נוטרינא פארטיקלס קענען לויפן שנעלער ווי די ספיד פון ליכטיגקייט האט באקומען איז ענדליך אנגעקומען. סערגיא בערטאלוצי, וועלכער פירט אן די שווייצע לאבאטאריע "CERN" אין וועלכע מ'האט צום ערשט "אויסגעפונען" אז נוטרינא פארטיקלס לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט האט צוויי טעג צוריק אין א סטעימענט געזאגט אז פיר שטודיעס אינעם צערן לאבאטאריע און נאך צענדליגע שטודיעס איבער די וועלט וועלכע האבן פרובירט איבערצומאכן די ערשטע שטודיע האבן אלע געוויזן אז "נוטרינא פארטיקלס פאלגן אויס נאטור'ס געזעצן" כלשונו און די רעזולטאטן פונעם ערשטן שטודיע זענען ווארשיינליך געקומען פון א פעלערהאפטיגן זייגער. "טיף אראפ האבן מיר אלע געוויסט אז די רעזולטאטן זענען נישט ריכטיג.".
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך כפתור » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:52 pm

שרגא האט געשריבן:עס איז ווי איינשטיין האט עס גערופן "די ספיד לימיט פון די יוניווערס". גארנישט אין די וועלט קען נישט לויפן שנעלער ווי דעם. און סיי וואס עס האט מעס, קען קיינמאל נישט אנקומען צו די ספיד אף לייט, ווייל פארטיקלס וואס האבן מעס פארלאנגט ענערגיע זאל זיי פארשנעלערן. יעצט ווי נאנטער צו די ספיד אף לייט, אלץ מער ענערגיע פארלאנגט זיך (בעיקר ווייל די פארטיקלס אליין ווערן גרעסער לויט רעלאטיוויטי, וואס איך אויך א כלל אין מקום), ממילא כדי אנצוקומען צו די שנעלקייט פון ליכט וואלט זיך פארלאנגט ענדלאזע (אינפיניטי) ענערגיע, און עס עקזיסטירט נישט אין די גאנצע וועלט גענוג ענערגיע צו קענען טרייבן אפילו איין פארטיקל וואס האט מעס צו לויפן אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט.


א גרויסער ישר כח פארן נעמען די מיה און אריינלייגען אזויפיל כוחות נאר צו מהנה זיין אנדערע.

איך ווייס אז שרגא האט שוין לאנג נישט געשריבן, לפחות נישט אויף די נאמען. אפשר קען מיר א צווייטער חבר העלפן. איך פלאג מיך שוין לאנג צו פארשטיין די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט. איך פארשטיי אז די עצם פארשנעלערן נעמט מער ענערגיע צו קענען טוישן דעם מצב פון שנעלקייט.
וואס איך פארשטיי נישט: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:57 pm

לכאורה פארשטיי איך דאס אזוי; די אוניווערסאלע כח התנועה איז לימיטעד צו ספיד אף לייט, און אפילו מ'זאל צוזאם נעמען די ענערגיע פון גאנצן אוניווערס וועט דאס נישט זיין גענוג צו פארשנעלערן דעם ספיד. אלזא אויב קומט צו מאסע צו א פארטיקל שוואכט דאס אטעמאטיש אפ דעם מאקסימום כח התנועה וואס פרובירט איר שטופן צום ספיד אף לייט, וואס דיזע כח ווי דערמאנט איז נישט שייך צו פארשטערקן אפילו מיט די גאנצע ענערגיע וואס געפינט זיך אין די אוניווערס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך קול דודי » פרייטאג מאי 22, 2015 12:37 am

כפתור האט געשריבן: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?

מ׳האט טאקע יא א פראבלעם אנציקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט. די ענערגיע וואס ס׳נעמט צו פארשנעלערן עפעס גיט נישט א פלוצימדיגער שפרינג ווען עס קומט צי די ספיד אף לייט. אנצוקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט נעמט טאקע ״כמעט״ אינפיניט (לשבר את האוזן) ענערגיע. די ענערגיע וואס ס׳נעמט גייט צוביסלעך מער אין מער ביז עס קומט אן צו אינפיניט ענערגיע. נאר עס גייט טאקע נישט אויף א linear אופן. דהיינו, ס׳נישט אז האלב די ספיד אף לייט נעמט האלב אזויפיל ענערגיע און א פערטל די ספיד נעמט א פערטל, נאר מיט אן אנדערן חשבון. די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קול דודי אום פרייטאג מאי 22, 2015 12:41 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

הודעהדורך כפתור » פרייטאג מאי 22, 2015 12:38 am

שכויח מאטי,

איך פארשטיי אז א פארטיקל וואס האט מאס קען נישט פליען שנעלער ווי ענערגיע אדער גרעוועטי וואס האבן נישט מאס.
אויב די תירוץ איז אז גארנישט קען פליען שנעלער ווייל אזוי איזעס, פארשטיי איך.

מיין קשיא איז:
פארוואס פאר א פארטיקל אנצוקומען צו 99.99% פארלאנגט זיך לאמיר זאגן 1000 פונט ענערגיע, וואס איז א געוואלד, אבער מעגליך. אבער צו גיין איין טריט ווייטער איז שוין נישט מעגליך אפילו מיט די גאנצע ענערגיע פון די אוניווערס.
איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך כפתור » פרייטאג מאי 22, 2015 12:57 am

קול דודי האט געשריבן: די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


מ'דארף עס קענען ליינען און פארשטיין.
ס'האט גענומען אסאך יוטוב קליפס צו פארשטיין אביסל רעלאטיוויטי אדער אנדערע פיזיקס. זיי זענען זייער גוט מסביר, אבער זיי הייבן אן מיט א השערה אז דער וואס גייט עס קוקן האלט שוין אויף א שטאפל ווייטער ווי אונז חסידים, במילא האב איך עס געמוזט הערן פון אסאך אנדערע, און יעדער האט מדייק א אנדערע פינטל.
דאס איז געווען פאר איך בין אנגעקומען צו ק"ש, ומצאתי את שאהבה נפשי.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג מאי 22, 2015 1:09 am

און פארוואס ליכט אין א לויפענדן באן פליט די זעלבע שנעל ווי ליכט אינדרויסן פארשטייסטו יא?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 22, 2015 1:30 am

קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1496 מאל

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 22, 2015 1:35 am

כפתור האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.

עס זעהט מיר מער אויס א חסרון ידיעה אין מאטעמאטיק.
צו פארשטיין וואס איז די חילוק פון linear ביז exponential, וואלט איך דיר געזאגט אזוי,
נעם דעם נומער 2, דאבל עס אין 2, וועסטו באקומען 4,
ווידער אין 2, וועסטו באקומען 8, דערנאך 16, 32, 64, 128, 256, 512, 1024,
ביים 30׳טן טריט וועסטו האלטן איבער א ביליאן.
יעצט זאג מיר דער חילוק פון דעם 100׳טסטן מאל און דעם 101׳טסטן מאל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 834
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1496 מאל

הודעהדורך קול דודי » פרייטאג מאי 22, 2015 11:46 am

פארוואס? האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.

http://en.wikipedia.org/wiki/Kinetic_en ... gid_bodies

באמת די איינציגסטע וויכטיגע זאך צו געדענקען איז אז מאמענטאם איז געוואנדן אין גאמע (גימל יוונית)
קאוד: וועל אויס אלע
γ =  1/(1 - v^2/C^2)^1/2

where v= velocity of object and c = speed of light, as always.m
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 15, 2019 8:09 pm

אינטרעסאנט.
https://youtu.be/lR4tJr7sMPM


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2405 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

הודעהדורך חתן בחור » דינסטאג יולי 16, 2019 4:21 am

ס'איז א שפיעל מיט ווערטער, ער זאגט אליינס אז מ'קען נישט גיין שנעלער ווי די ספיד אף לייט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

הודעהדורך חסיד פון ליטא » דינסטאג יולי 16, 2019 9:31 am

חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט