מיין ראש השנה'דיגע געוויין

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

מיין ראש השנה'דיגע געוויין

הודעהדורך יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 6:50 pm

ווער ווייסט דען נישט דער באקאנטער מאמר פון אר"י ז"ל אז איינער וואס פארגיסט נישט א טרער אין די ימים נוראים איז ר"ל נישט מזרע ישראל. אלס בחור, הארט איידער איך בין נחמץ געווארן פון גרשום שלומ'ס ביכער, האב איך גענומען די סארט ענינים מיט'ן פולסטן ערנסטקייט. ס'טייטש, אויב איך בין נישט מזרע ישראל קומט דאך אויס אז מיינע קינדער וועלן זיין קינדער פון גויים, און אויסער דעם וואס זיי זענען אלע פגומים, וועט דאך ארויסקומען אלע שרעקליכע מכשולות וואס איך האב בשתיקה געזען אין שו"ת דברי יואל בענין הזרעה מלאכותית.

שוין פון ווען מ'האט אנגעהויבן בלאזן שופר ראש חודש אלול האט מיר געקלאפט דאס הארץ אז איך מוז זען צו פארגיסן אפאר טרערן. סליחות איז אדורך גאנץ רואיג, קוים וואס כ'האב געהאט צייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן בעל תפילה און אין די זעלבע צייט אינזין האבן אביסל עברי טייטש, ווי אויך זיכער מאכן צו האלטן מיינע ציין גאנץ. איך האב אלס אפגעשטיפט די פאר טרערן אויף די עכטע הייליגע טעג.

עס איז אנקומען ערב ראש השנה, אלעס איז שוין זייער שרעקעדיג, איך האב זיך מצייר געווען וואו מען גרייט אן דעם הויכן וואגשאהל וואו אלע מיינע עבירות וועלן ווערן אפגעוואויגן, ווער ווייסט, אפשר וועלן די טרערעלעך איבערוועגן דאס וואגשאהל?

קומט אן ראש השנה, דער חזן צוזינגט זיך ביי ברכו, און עס גייט א געשמאקער מעריב. דערנאך קומט אן אויסגעצויגענער לדוד מזמור. קיין פלאץ פאר טרערן האב איך דערווייל נישט געטראפן. דער אויסגעצויגענער ישא ברכה איז גראדע געווען גאנץ א שיינע קאפ שטימע, אבער נישט אויף צום וויינען. דעם נעקסטן פרימארגן שטיי איך אויף פארטאגס כדי די קליינע מייזעלעך (מזל'עך) זאלן חלילה נישט איינשלאפן. איך האב זיך באקוועם געמאכט אויף רעקליינער מיט'ן תהלים, אבער וואו וואס ווען איז מיין מזל שוין געווען אינמיטן א טיפער חלום, און ווען כ'האב זיך געוועקט איז שוין געווען זייגער אכט. מיט איין אטעם לויף איך אין בית המדרש זיך א טובל טון. די קלארין אין די מקוה וואסער האט גראדע היבש געציפט, און פון אזויפיל רייבן די אויגן האט זיך ארויסגעכאפט א טרערעלע, אבער כ'האב גאנץ גוט געוואוסט אז נישט דאס האט דער הייליגער אר"י געמיינט. ער וויל די ריעל סטאף, ס'זאל זיך גיסן נאטורליך. נישט די געפעלשטע טרערן וואס מ'קען קויפן אין גראסערע איינגעפאקט אין א זיפ לאק בעג ווי די צען ברעקלעך.

הכלל, כ'שטעל זיך דאווענען. פסוקי דזמרה פארט גאנץ געשמירט, מ'איז דאך צוגעוואוינט דערצו. קיין גרויסע התעוררות האב איך נישט געשפירט. איך האב אוועקגעלייגט די הייסע טרערן אויף די ראש השנה'דיגע דאווענען, דאס אומגעווענליכע. דארט עפנט זיך דאס הארץ. ס'איז געקומען צו המלך, אופס, עפעס א שאקל האט זיך געטון אין מיין הארץ, אבער ביי דעם איז עס געבליבן. דערנאך איז געקומען שמונה עשרה און כ'האב געוואוסט אז כ'מוז אנהייבן ארבעטן. אבער א צוטומלטער בין איך געשטאנען און נישט געוואוסט וואו איך דארף וויינען. ביי כל הרשעה כולה כעשן תכלה? ביי ועולתה תקפץ פיה? ובכן צדיקים יראו וישמחו? קיין שום חלק אין די ראש השנה'דיגע דאווענען האט מיר נישט מעורר געווען. אומזיסט האב איך געזוכט די וואכנדיגע פשוט'ע שמונה עשרה. אה, דארט וואלט איך געקענט פארגיסן טייכן טרערן. רפאינו, מיין פעטער יאנקל וועלכער איז נישט געזונט, דאס קליין קינד וואס ליידט נעבעך פון קענסער און האט נאך אפילו נישט קיין נאמען, ברך עלינו, מיין פאטער זאל זיך נישט אזויפיל מוטשען, ראה בענינו, מיין מגיד שיעור זאל מיר אויפהערן רודפ'ן, שמע קולינו חוס ורחם עלינו. דאס גאנץ בית המדרש וואלט דאך געווארן פארפלייצט פון מיינע טרערן.

קומט ענדליך אן די הויכע שעמענעסרע. ווער איך פארפלאנטערט אין דעם קליר'ס פיוטים, עס דרייט זיך מיר די צינג אין א שנעלער געלויף מיטצוכאפן דעם באן וואס ווערט געטריבן דורך עלטער זיידעס וואס זאגן שוין די זעלבע תפילות, אין דעם זעלבן טאג, אויפ'ן זעלבן פלאץ, פאר עטליכע און דרייסיג יאר. און איך פרוביר צו טראכטן שנעל וואו איך קען וויינען. אפד מאז? אנסיכה מלכי? קוים וואס כ'פארשטיי די ווערטער.

דער באן פארט ווייטער, טפסרי טופסיו יטפסו בקול, שנאני נשק ינשקו בקול. איך ווייס נישט וואס מען וויל פון מיין לעבן האבן. וואו אין דער וועלט דארף איך וויינען. אפילו ביי ונתנה תוקף האב איך אויך נישט פונקטליך געוואוסט פארוואס איך דארף וויינען דארט. בסך הכל איז עס א שיינע דעסקריפציע פון דעם בית דין של מעלה אין היינטיגן טאג, מ'זאגט נישט קיין שום בקשה. ניטאמאל ביים אויסשרייען ותשובה ותפילה וצדקה בעט מען עפעס, סתם אזא מעלדונג אז ווער ס'האט נישט קיין איבריג געלט אדער צייט צו דאווענען קען אויך תשובה טון און מכפר זיין די עבירות. והראי', ס'קומט צו אין קצבה ברעכט דער עולם אויס אין היליכיגע געזאנגען און ס'דערקענט זיך קוים אז א מינוט צוריק האט מען געשריגן און געוויינט און פארפירט.

מען האלט שוין ביי כתר, איך זאג מיט פלייס די אש אש אש אין א ציה, עס זעט זיך מיר שרעקעדיגע פייער צינגען וואס רינגלען ארום דעם כסא הכבוד, איך זינג אפילו מיט ויו-ו-ו-שר יליצו, בעדינו חיות אש. דערנאך קומען די כסא'ס, איך זאג אלעס אפ ערליך, נישט אויסלאזנדיג קיין איינס. ווען דער חזן האט געצויגן מיט'ן אי-ה-ה-ה האב איך אפילו אריינגעכאפט אלע דריי תפילות פאר רוח הקודש, פרנסה בריוח, און גוטע קינדער. אבער איך ברעך זיך קאפ וואו איך קען כאטש זיך מאכן ווי איך וויין, ווי די ספרים הק' שרייבן אויב מען האט נישט קיין ברירה. פון וויינען אליין האב איך שוין אינגאנצן אויפגעגעגעבן.

מלך עליון, די קאפעליע זינגט שיין און בא'טעמ'ט. עס שפירט זיך ווי א ליל ששי קומזיץ. דערנאך ציט מען אויס די פיס און דער חזן שטעלט זיך אפזאגן די ובכן'ס, ביז איך וועק זיך אויף פון א הילכיגע געזאנג, "ובכן צדיקים!" עס דאכט זיך מיר אז כ'האב פארבלאנזשעט אינעם שמחת תורה אריין.

מיין איינציגע האפענונג איז געווען די אבינו מלכינו'ס, אה דארט וועט זיכער זיין עפעס צו בעטן. איך גרייט זיך מיט אן ערנסטקייט, איך חזר איבער די נעמען צו אינזין האבן ביי שלח רפואה שלימה לחולי עמך, ביי מלא אסמינו מברכותיך גרייט איך זיך אינזין צו האבן די קעבינעטס זאל שטענדיג זיין פיל מיט אייער קיכל און די פרידזשידערס מיט הערינג, ביי קרע רוע גזר דיננו האב איך געוואוסט אז כ'וועל נישט קענען צופיל אינזין האבן, ווייל כ'דארף צולייגן קאפ צו צאמכאפן די 'רוע' מיט'ן 'גזר' כדי מיינע אלע אנשטרענגונגען זאלן נישט גיין לאיבוד צוליב איין נארישקייט.

אבער בעיקר האב איך זיך געגרייט אויף די טרערן וואס וועלן פליסן, כ'האב זיך באוואפנט מיט א שאכטל טישוס. גענומען אן אלטן מחזור אריינצוקוקן דערביי, וואס כ'האב ספעציעל מיטגעברענגט כדי אז ווען ס'כאפט מיר אן א התעוררות זאל איך נישט דארפן פארפלעקן מיין שפאגל נייער מחזור המפורש מיט מיינע זאלציגע טרערן. און כאטש כ'האב עס נישט געוואלט מודה זיין, האט מיין הארץ געטאנצט פון פרייד אז איך וועל שוין ענדליך קענען פארלאזן א טרער, ווי אלע ערליכע אידן.

"המברך את עמו ישרא-א-א-אל, בש-א-א-א-א-אלו-ו-ו-ם!"

"א-א-א-א-א-א-א-מן!"

איך שטיי און ווארט מ'זאל אנהייבן די אזוי געגארטע אבינו מלכינו'ס, אבער צו מיין אומאנגענעמע איבערראשונג, הייבט דער חזן אן:

"י-אי-אי תג-ד-ל ויתקדש, אה הוי אוי אוי... שמיה רבא!"

דער גאנצער עולם זינגט מיט פרייליך, טייל נעמען שוין אראפ דעם טלית פון קאפ. און איך שטיי און איך קען נישט פארשטיין וואס קומט פאר. איך געב אזא ווינק צום שכן מיט א פארוואונדערטער מינע, ווייזנדיג מיט'ן פינגער אויפ'ן הימל ווי צו זאגן, "וואס איז מיט'ן אבינו מלכינו?!"

מיין ערפארענער שכן ווייזט מיר צו מיט געדולד אויף די קליינע אותיות העכער דעם אבינו מלכינו "כשחל בשבת אין אומרים אבינו מלכינו".

איך האב מער נישט געקענט פארנעמען די אנטוישונג. די גאנצע פרעשור פון ראש חודש אלול ביז יעצט האט זיך אנגעזאמלט ווי א קנויל אין מיין האלז דראענדיג מיר צו דערשטיקן. איך בין ארויסגעלאפן אינדרויסן און אויסגעבראכן אין א יאמערליך געוויין. די טרערן האבן זיך געגאסן ווי פון א קוואל. און מיט א ביטערקייט האב איך זיך געטרייסט אז הגם דער אר"י הקדוש האט לכאורה נישט געמיינט אזא סארט געוויין, האב איך סוף כל סוף פארגאסן אפאר טרערן אויף ראש השנה. כאטש איך דריי זיך ארום מיט ספיקות ביז'ן היינטיגן טאג צו מיינע קינדער זענען פגומים אדער נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:10 pm

וואס עפעס אין קונסט? לייג עס אין הסכלה פארום.

אה, ס'איז א מורא'דיגע ארבעט. איך רעד נאר אזוי ווייל איך בין פשוט אפענדעט, איך קום פון א געוויסע עטנישע מינאריטעט גרופע ביי וועם די אלע דערמאנטע מושגים זענען שטארק פארהייליגט, און עס שטערט צו זעהן איינעם ליצנות מאכן פון די זאכן אויף אזא גראבן אופן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:17 pm

ליצנות? חלילה! ס'איז גאר ערנסט, מ'דארף נאר כאפן דעם מעסעדזש צווישן די שורות און פארשטיין דעם נמשל פון די ארטיסטישע משל. טאקע ווי די אש און כסא זענען נישט געמיינט כפשוטו צו מגשם זיין דעם בורא נאר ארויסצוברענגען א מעסעדזש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:29 pm

יאיר, ביסט גארנישט נחמץ געווארן דו ביסט יין ישן שדעת זקנים נוחים הימנו, כמותך ירבו בישראל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 8:37 pm

@יאיר, וויאזוי פלעגן צדיקים זאגן? דער אמת מוז געזאגט ווערן ווי מיאוס זי זאל נאר זיין.

בד"וו, עס דערמאנט מיר פון מיינע קווענקלענישן ווען מ'האט מיר געשטעלט אונטער א חופה... געוואוסט האב איך אז די חתן'ס טרערן זענען פון די דורות זיינע וואס וויינען... והנה, קיין טרער באווייזט זיך נישט (און דאס איז געווען נאך פאר די אינטערנעט ערא), איך האב מיך שוין פאר'חתמ'ט פאר א.... ל"ע, ווארום וואו זענען די דורות וואס מאכן וויינען....
מה עשה הקב"ה, נישט איינמאל נישט צוויימאל, די דורות לאכן אין גרויסען. כ"י ב"ה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:42 pm

ראה תוס' קידושין, תרי לישני.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1709 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:07 am

"מי יחיה ומי ימות" - ווער גייט בלייבן לעבן און ווער גייט אויסגיין אין א גוי'שע דראג סטאר, סתם נישט אויפשטיין צופרי, יענע מעשה וכו'.

"מי במים" - ווער מיט וואסער, ווער גייט דערטרונקען ווערן אין א שווים באסיין אום זומער. וועמענס הויז גייט פארשלעפט ווערן פון א האריקעין.

"מי ברעב" - פארכאפט ווערן אין א דריטער וועלט לאנד וועגן א בלבול און פשוט אויסגיין פאר הונגער און תפיסה.

"מי ינוח ומי ינוע" - ווער גייט בלייבן אינדערהיים, ווער גייט שמאכטן בחושך וצלמות וועגן עפעס אן הארטער פראסעקיוטער האט פיינט באקומען זיין נאז.

"מי יעשר ומי יעני" - ווער גייט פארלירן פלוצים ס'זשאב און נישט וויסן פון ווי צו קויפן צופרי ברויט מיט אוואקאדא.

ותשובה! ותפלה! וצדקה! מעבירין את רוע הגזירה.

צו דער אר"י הקדוש איז גערעכט צו נישט, א איד וואס האט א שטוב מיט קינדערלעך, קומט שוין איינמאהל צו וויינען, אבער נאך ווי !!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:26 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:19 am

די אלע וואס מאכן מיט האבן נישט תשובה געטוען?
מ'פארשטייט דאך סייווי נישט גארנישט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8458 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:37 am

@moti107, דו ביסט גערעכט, עס איז טאקע א התעוררות'דיגע תפילה, באקאנט אפילו אין די גוי'אישע וועלט אלס א טרערן-ארויסציער. מסתם בין איך דעמאלט געווען צו אקופייד מיט מיין פרעשור צו וויינען אז כ'האב נישט געקענט קאנצענטרירן אויף דעם רגש און אומזיכערקייט איבער דעם עתיד וואס קומט ארויס פון די ווערטער בכלל דארף מען זיין עלטער און מער ערפארן מיט'ן לעבן כדי צו ארויסהאבן די באדייט פון די פאעטישע ווערטער. ואם תמצי לומר, כ'האב נאך דעמאלט נישט געהאט קיין שטוב מיט קינדער :)
אגב, זע אויך דעם ארטיקל וועגן מי יחיה ומי ימות אין טאבלעט מאגאזין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:40 am

איך האב גראדע יא געוויינט אונטער די חופה, אבער איך האב ביז היינט חרטה אז איך האב נישט געטראטן אויף מיין ווייב'ס שיך אין יחוד שטיבל, ווער ווייסט וויפיל קריגערייען דאס וואלט פארמיטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:30 pm

יאיר, האסט געמאכט א געוואלדיגע דזשאב, איך האב געליינט מער צווישן די שורות ווי די שורות זעלבסט. איך האב בעצם נישט קיין סאך צו צולייגן, נאר אפאר הערות.

ווער איז גרשום שלום און וואס פארע סארט עסיג פארקויפט ער? :shock:
ווי קומט ונתנה תוקף אינמיטן שחרית?
וואו זאגט מען אבינו מלכנו נאך מוסף ר"ה?
אסמינו איז טייטש קעבינעטס?

אגב, מיין טאטע ברוב חסדו פלעגט טאקע זיכער מאכן אז די קינדער וויינען לכה"פ איין מאל במשך ר"ה. און דערנאך פלעגט ער צולייגן די נערישע וויץ אז דער און דער צדיק זאגט אז וויינען אין ר"ה איז א סימן אז די תשובה איז נתקבל געווארן.


לכאורה נישט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:46 pm

זייער שיין @יאיר. דאס איז איינע פון די זאכן וואס מענטשן ליידן אסאך דערפון ווייל מען מיינט אז מען מוז וויינען, און צוליב דעם קען מען נישט אינזין האבן וואס מען דאווענט.
רבי נחמן ברסלבער רעדט שוין פון דעם (ליק"מ ח"ב צ"ה) ער זאגט אז דאס טראכטן אז מען וויל וויינען ביים דאווענען דאס איז אויך מחשבות זרות, ביים דאווענען דארף מען פרובירן אינזין צו האבן די פירוש המילות, און בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף, און אויב די הארץ עפענט זיך און עס פילט זיך צו וויינען איז זיכער גוט, און אויב נישט איז אויך גוט.
לענין התבודדות ושיחה בינו לבין קונו ואמירת תהלים ותחינות ובקשות טוב מאד כשזוכין לאמרם בלב שלם באמת עד שיזכה לבכות לפני השם יתברך כבן הבוכה לפני אביו. אבל אמר: שכשהאדם. אומר תחנות ובקשות וחושב בלבו ומצפה שיבכה זאת המחשבה אינה טובה, והיא מבלבלת גם כן את דעתו כי מחמת זה אינו יכול לומר הבקשות בלב שלם בשלמות כי צריכין בשעת אמירת תחנות ובקשות להרחיק מעצמו כל מיני מחשבות חוץ שבעולם רק לכון דעתו אל הדבורים, שהוא מדבר לפני השם יתברך כאשר ידבר איש אל רעהו ואז ממילא בקל יתעורר לבו עד שיבוא לבכיה גדולה באמת אבל כשחושב ומצפה על זה שיבכה אזי זה וזה אינו עולה בידו כי האמירה בעצמה נתבלבלה על ידי זה כנ"ל כי זה שחושב ומצפה שיבכה הוא גם כן בחינת מחשבה זרה שמבלבלת, הכונה שאינו יכול לשמע היטב מה שהוא מדבר על ידי זה כי העקר לדבר הדבור באמת לפני השם יתברך בלי שום מחשבות אחרות כלל כנ"ל ואם יזכה לבכיה באמת מה טוב ואם לאו לאו ולא יבלבל אמירתו בשביל זה כנ"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ברסלבער אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4013 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:46 pm

איך בין געזיצן הי יאר נעבן א יונגעלע וואס האט פאריאר טאקע אינמיטן סאמע ר"ה פארלוירן נעבעך זיין באליבטע איבערגעגעבענע מאמע דער יונגעל האט נעבעך אויסגעקוקט אזוי דערשלאגן איך האב געטראכט צו מיר מסתמא שטייט ער איין ביי עפעס א מומע ווי ער איז דארטן די פיפטע ראד און צוגעזען נעכטן ווי אלע זיינע קאזינ'ס באקומען פון זייער מאמע א ווארעמע לשנה טובה מיט א גלעט און א קיש און ער איז געשטאנען פון די זייט און צוגעקוקט און ער האט געטראכט ביי זיך מאמע פליז קום ארויס פון דיין קבר נאר אפאר מינוט און לאמיר אריין לויפן זיך באהאלטן אונטער דיינע ארעמעס פאר אפאר מינוט און לאמיר דארט ארויסגעבן מיין ביטערע ווייטאג און כ'האב נישט געקענט אויפהערן וויינען און געבעטן אוי רבונו של עולם היט מיך איך זאל קיינמאל נישט זעהן מיין זיסע מוישעלע מיט זיין שיין לעכטיג זיס פנים אין אזא מצב אוי טאטע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:47 pm

הוגה האט געשריבן:יאיר, האסט געמאכט א געוואלדיגע דזשאב, איך האב געליינט מער צווישן די שורות ווי די שורות זעלבסט. איך האב בעצם נישט קיין סאך צו צולייגן, נאר אפאר הערות.

ווער איז גרשום שלום און וואס פארע סארט עסיג פארקויפט ער? :shock:
ווי קומט ונתנה תוקף אינמיטן שחרית?
וואו זאגט מען אבינו מלכנו נאך מוסף ר"ה?
אסמינו איז טייטש קעבינעטס?

מיין קינד, האסט זייער גוט געפרעגט. אין די צייטן פון בית המקדש פלעגט מען צולייגן א פיפטע קשיא, טאטע לעבן, אין אונזערע צייטן איז ראש השנה געווען א שיינער יום טוב וואו מען האט געשאלט מיט טרומפייטערס צו דערקלערן אז גאט איז אונזער קעניג, פארוואס היינטיגע צייטן וויינט יעדער און מען קרעכצט, גאט איז נישט קיין גוטער קעניג?
אבער צו מיין באדויערן האב איך נישט איין תירוץ וואס קען פארענטפערן אלע קשיות, וועל איך מוזן נעמען צו יעדע עקסטער.

א. גרשום שלום איז געווען א וויין סוחר אין ארץ ישראל, ער פלעגט פארקויפן אלטע וויינען שדעת זקנים נוחה הימנו, נאר צוליב אלטקייט האט עס פארלוירן דעם געשמאק. ער פלעגט צולייגן זאלץ און פעפער, עס באפוצן, מאכן געשמאק, און סערווירן אין א שיינעם טעלער אין א היינטיגער פארמאט. ער פלעגט אויך גוט צונעמען יעדן סארט וויינען, און דערגיין פון וואו עס שטאמט און יעדן פרט ווי אזוי די טרויבן זענען געוואקסן.
די צרה איז נאר אז נאכ'ן טועם זיין פון דעם יין ישן בקנקן חדש האב איך זיך טייל מאל דערזען אז די וויין האט פארלוירן איר גאנצע אינטערעסאנטקייט. איינמאל מען האט געכאפט אז די געשמאקע קאבערנעו איז פשוט נאכגעמאכט פון די גנאסטיקס, אז דער לעיבעל פון די טייערסטע און עלטסטע וויין איז א געפעלשטע לעיבל און עס איז מיט לכל הפחות א טויזנט יאר יונגער, און אז די גאנצע ענין פון מאכן טייערע וויינען איז א רעלאטיוו נייע אויסטרעף, האט די וויין פארלוירן איר גאנצע געשמאק, און ס'איז געווארן עסיג.

ב. ג. די צוויי שאלות קענען נישט גיין אינאיינעם, אדער איז נאר די ערשטע שווער אדער נאר די צווייטע. אלא מאי, מוז מען על כרחך זאגן אז ס'איז הא כדאיתא והא כדאיתא, ס'איז בבחינת אם תמצא לומר. השתא דאתית להכי, קען מען דאך שוין מוקים זיין אין די ברייתא אליין אז מ'רעדט פון צוויי באזונדערע טעג ראש השנה און ס'גייט נישט אינאיינעם. ודקארי לה מאי קארי לה? סבר לה כמאן דאמר אחריות טעות, סופר. דוקא דער סופר האט אן אחריות נישט צו מאכן א טעות, דער מגיב האט נישט. מחכו עלה בבית הקפה, וכי היא מתרצתא היא משבשתא היא, ממאי? מדלא קתני לה בבי מדרשא דר' חייא ורב אשי. ומנא לן דלא קתני להו? דהא להאי דעתא דתורה הוה מצערי ליה. אמרי, כמה דעת תורה (בכת"י מינכן: תורא) איכא אשר לא יספר ולא ימנה מרוב, והא לן והא להו.

ד. אסמינו איז טייטש סטארעדזש. היינטיגע צייטן איז עס טייטש א קעבינעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7965 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:55 am

ואב״א חסורי מחסרי והכי קתני, אם לא בכי שחרית באבינו מלכנו, נעשה כאילו כבר אמר ונתנה תוקף במוסף בלא בכיה ..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך עוזר » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:13 am

דער שמועס וואס האט זיך אנטוויקלט איבער קדמות ספר הזוהר איז געווארן אפגעטיילט דא
עוזר
אחראי
אחראי
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:02 pm

יאיר האט געשריבן:אלס בחור, הארט איידער איך בין נחמץ געווארן פון גרשום שלומ'ס ביכער, האב איך גענומען די סארט ענינים מיט'ן פולסטן ערנסטקייט.


@יאיר, איך וואלט מיך קיינמאל נישט גענומען די חוצצפה צו פרעגן אזא שאלה ברבים ווען נישט וואס דו ברענגסט עס אליינס אויף. ועוד, עס איז חול המועד און איך בין אביסל BORED, ממילא וועל איך מיר ערלויבן אריינצוקריכן אין דיינע קושקעס און דו ביזט נישט מחויב צו ענטפערן.

1) ווי קומט צו א פיינע ווארימע חסידישע בחור, פון א שיינע מישקאלצער משפחה אזא בוך? איך גלייב נישט אז דו האסט עס פונקט געטראפן אין די אוצר הספרים פון די ישיבה גדולה דרבינו שמערל דמישקאלץ.

2) איז דאס געווען דיין ערשטע טעימה פון די סארט ספרים? און אויב יא וואס פארע סארט רעאקציע האט עס דעמאלטס בזמנו געהאט אויף דיר?

3) וואס איז געווען דיין נעקסטע STOP? וועלכע ספר איז געווען נעקסט?

אפשר קענט איר אונז אביסל מיטיילן וואס מאכט א זיבעצן יעריגע בחור אינטערעסירט אין אזעלכע ענינים, און וואו טראגט עס אים 'עמאושענילי' און 'פיזיקעלי'. כ'מיין דו פארשטייסט אליינס אז ביזט מן הסתם געווען א יחיד פון צווישן די אכצן הונדערט בחורים אין די ישיבה וואס האט אינטערעסירט די נושאים ווי איידער די נייסטע קונטרסים וספרים בעניני דיני הוצאה בוויליאמסבורג ע"פ משנת רבינו הקדוש, און דיני ירושה ושררה (וי"א צררה) במשפחות רבישיות. האסט מן הסתם נישט געהאט מיט וועמען עס אדורך צו טון. קיין אינטערנעט עקסעס האסטו דעמאלטס לכאורה אויך נישט געהאט. די סיבה פארוואס מיר פרעגן דאס איז ווייל we have all been there and done that in some shape or form. עס איז א נושא וואס בארירט אונז אלע. און נאך אלעם זענען מיר אלע ניקים יראים ומפחדים אין די זעלבע טאפ. אולי תחוס עם נבון וחכם, עפענען די פירהאנג און אונז אביסל באווייזן עכ"פ אחוריך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך עסקן בדברים » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:19 pm

עס דערמאמט מיך, איך פלעג ליינען גרשום שלום'ס ביך אויפן זהר (ושא"ס) אין "בית יעקב" שוהל אויף בראדוועי. און דער רב, ר' יהושע פישמאן, איז איינמאל צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז ער וויל נישט איך זאל קליא ווערן פון די ספרים אין זיין שול
אמת מארץ תצמח
עסקן בדברים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:41 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 7:49 am

כ'האב נארוואס אנדעקט דעם זאפטיגע ארטיקל פון @יאיר און אלץ א דבר בעתו ברענגט איך עס ארויף לתועלת הרבים
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מאי 24, 2016 8:03 pm

^ סעים העיר
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:18 pm

ניגש אליו הכהן וסטר על פניו. והפעם בחזקה, ככל יכולתו. כי כן כתוב בספרים הקדושים: "והיה אם יזלגו עיניו דמעות - אות טוב הוא לשנה הבאה. ואם לא - רעה תבוא על העם."

מתוך תיאור חג האקיטו.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט