אידישער מאווי "איסט סייד" געשפילט דורך היימישע אינגעלייט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

אידישער מאווי "איסט סייד" געשפילט דורך היימישע אינגעלייט

הודעהדורך היכי דמי » דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 6:18 pm

אין א דורכברעכענדע שריט האבן היימישע פראדוצירער און שפילער ארויסגעגיבן א מאווי סטיל שפיל אין די אידישע שפראך מיט'ן נאמען "איסט סייד"

די געשיכטע שפילט אראפ די תר"ץ יארן אין די איסט סייד, עס איז ארויסגעגיבן געווארן דורך די 'עפיק שפיל' פירמע פון די בארימטע שפילן "אומגלויבלעך" מיסטעריע" "סאבאטאזש"

א ווידעא פון אונטערן סצענעס אויף 'אידישע ווינקל' יוטוב טשאנעל: https://www.youtube.com/watch?v=_yZCogUbINA
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך starfromusa » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:44 pm

It's out already?
starfromusa
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך קוויטעל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 5:00 pm

ס'שמעקט גוט
- פאר די בעגינינג איז עס זייער זייער פיין, נאר לאמיר האפן אז ס'וועט זיך האבן געלוינט, און ס'וועט קומען נאך. [ווייל דא שטעקט אסאך געלט, ס'זאל זיין פערפעקט, און נאכמער קונים אז ס'זאל זיך אויסצאלן.]
קוויטעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך yn.NY » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 5:46 pm

יעצט געזען די אינטראוי:

https://www.youtube.com/watch?v=5al8QktPSeY

זיי קומען אריין גאר שטארק... ס'איז א 100 פראצענטיגע דורכ'בראך!
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 12:51 am

איז עס שוין דא צו באקומען?
אויב יא, וואו?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15298
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18532 מאל

הודעהדורך קוויטעל » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 3:31 am

yn.NY האט געשריבן:יעצט געזען די אינטראוי:

https://www.youtube.com/watch?v=5al8QktPSeY

זיי קומען אריין גאר שטארק... ס'איז א 100 פראצענטיגע דורכ'בראך!

איר געדענקט גרובייס? גענוי!
געקלעבטע בערד, און אויווער עקט ביז גאר.
איי עמ ווערי סארי... ס'נישט!
קוויטעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 6:02 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס שוין דא צו באקומען?
אויב יא, וואו?

https://www.nigunmusic.com/east-side-yiddish.html
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 921
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 900 מאל

הודעהדורך נײגעריגער » מיטוואך יאנואר 13, 2021 3:44 pm

אַן אָביעקטיװער איבערזיכט פון פון די װאס האבן עס געזעהן?

כ'האב שטאַרק הנאה אז אזא פּראָדוקציע עקזיסטירט, און אויבנאויף זעהט עס אויס זייער גוט, אבער פינעף און דרייסיג דאָלער איז אַסאַך געלט פאר איין פילם

(אויב זענען זיי אינטערעסירט אין זיין באקאנט אין די אינדוסטריע, טוה איך רעקאָמענדירן צו שאַפן א בלאט אויף imdb)
רעספּעקט
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך יאנואר 13, 2021 5:41 pm

היפש בארינג, זיי קענען זיך נאך אסאך צולערנען, און גאנץ א שוואכע מעשה, מיי אפיניאן.
פאר איינער וואס האט שוין געזעהן אסאך פילמס איז עס נישט אינטערעסאנט, אפשר פאר די וואס קענען נאר די אונטער’ן פלעיס איז עס אפשר אינטערעסאנט.
תרמב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מיטוואך יאנואר 13, 2021 7:10 pm

נײגעריגער האט געשריבן:
(אויב זענען זיי אינטערעסירט אין זיין באקאנט אין די אינדוסטריע, טוה איך רעקאָמענדירן צו שאַפן א בלאט אויף imdb)


Come on
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 13, 2021 7:53 pm

און מ'קען עס נאר באקומען אין הארד קאפי..אויף פאסט. צוריקגעבליבן..
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3364
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

הודעהדורך yn.NY » מיטוואך יאנואר 13, 2021 10:00 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:און מ'קען עס נאר באקומען אין הארד קאפי..אויף פאסט. צוריקגעבליבן..

וואס פארשטייסטו נישט, זיי ווילן נישט ס'זאל ארומפארן אויף אויף טעלעגראם מיט יוטויב... זיי דארפן מאכן זייער געלט.
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יאנואר 13, 2021 10:30 pm

בו ביום האב איך עס שוין באקומען אויף טעלעגראם. סאו קיין סאך האבן זיי נישט אויפגעטוהן.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 5:39 am

דאס איז נישט מיין פראבלעם. דאס איז זייער'ס. נארמאלע מענטשן זאלן נישט צוריקגעשטופט ווערן צו די עבר נאר צוליב אפאר גנבים...
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3364
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » זונטאג יאנואר 17, 2021 9:26 am

קוקנדיג אסאך פילמען קען איך קלאר מעיד זיין אז "איסט סייד" איז מינימום א מיטל קלאס פילם אויב נישט מער.
וויפיל מאל האט איר געקוקט א פילם און איר האט נישט אופגעהערט קוקן אויפן זייגער ווארטנדיג אויפן ענדע? אויב קוקט איר אסאך גלייב איך אז מער ווי איינצלנע מאל, איסט סייד איז טאקע נישט קיין כליל המעלות אבער דאך א גוטער פילם מיט א אינטרעסאנטע געשיכטע, די כאראקטערס זענען על פי רוב גוט ארויסגעברענגט, סאיז זיכער אז קעגן וואס די חרדישע אינטערטעינמענט אידוסטריע האט ביז היינט אהערגעשטעלט איז עס א שפרונג פון הונדערטער שטאפלען.
זופ מיט מאנדלען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך קא משמע לן » מאנטאג יאנואר 18, 2021 2:59 am

מיין איבערזיכט אויף די איסט סייד פילעם:

די תקופה איז זייער גוט, די מעשה איז גאר לאנגווייליג כמעט די גאנצע ערשטע שעה, דערנאך ווערט עס אביסל מער דראמאטיש.

עס האט מיר שרעקליך נערוועז געמאכט פון צייטן וואס מען זעהט נישט גארנישט אינטערסאנט, דהיינו מענטשען וואקען, פייגלעך טשיפקען, די בלעק סקרין פון איין צענע צו די נעקסטע איז צו לאנג, און בכלל די אקטיארן האבן עפעס די וועלטס צייט און יאגען זיך נישט אין קיין ערגעץ.

לויט מיינע חשבונות איז מינומם א האלבע שעה פון די פילעם געשטופט דאס צייט מיט שטותים וואס מען זעהט נישט גארנישט תכלית אין די מעשה דערפון, און עס וואלט אפילו מעגליך געווען צו שניידען פיל מער.

איך פארשטיי אז דאס איז געטוען געווארן אז עס זאל מער בארעכטיגן די געפעפערטע פרייז ווי זייער פריערדיגע פילעם, וואס איז בלויז געווען א שעה פאר פערציג טאללער אינדערצייט וואס איך קען ווען קוקן א מולטי מיליאן דאלערדיגע פראדוקציע פאר בלויז דריי. אבער נעקסטע מאהל ביטע כאטשיג אנפילען די צייט מיט תוכן.

נאך גאר א וויכטיגע פוינט וואס האט מיר געשטערט איז די שפיגעל ווי דער הויפט אקטיאר האלט און איין אריינקוקען, עס וואלט אינטערסאנט געווען פאר צוויי דריי מאהל, אבער איז און גאנצען ארויס פון די גרעניץ, און מאכט די גאנצע זאך גאר לאנגווייליג. איך האב מיר שוין אנגעהויבן פרייען ווען זילבער האט אים געווארפען פון זיין הויז, און אפילו געווען בשמחה אזער גייט זיין היימלאז אבי דעם שפיגעל גיי איך מער נישט דארפן זעהן, אבער איך בין געווארן אנטוישט צו זעהן אז זיין נייע כאטקע, וואס אפילו א בעט פארמאגט עס נישט האט זיך פארשאפט א שפיגל....

די פילעם פארמאגט כמעט ,אויב בכלל נישט קיין עקשאן, דראמא נאר אביסל און נאר צום סוף. די קאמעדי איז קינדעריש אהן קיין חדושים. עס בלייבט כמעט נישט איבער קיין שום אינטערסאנטקייט צו די גאנצע שפיל. עס איז גאר ענליך צו א לאנגווייליגע דאקמונטאציע.

די קאסטיום'ס פון דער אנדערע זייט זענען געווען זייער שיין און געשמאק. עס האט געפארבט א אויטענטישע און עכט בילד צו די ערא פון די מעשה. אויב עס איז דא איין עכטע אויטענטישע זאך אין די פילעם איז עס דאס.

די סעטס זענען דא אפאר שיינע זאכן, די מארק האט אויסגעקוקט זייער איסט סייד'יג מיט ארגינעלע פארצייטישע טאוולען און געשעפטן. די איינציגסטע זאך וואס שטימט נישט דארטן איז אז אין דער איסט סייד איז נישט געוועהן קיין מארק נאר געשעפטן, אבער מען קען דאס גרינג פארקוקן.
די סעט וואס איך גלייך די מערסטע איז דער ציגארן געשעפט פון ארי. עס איז מלכיותדיג און פארצייטיש, און דארט איז די איינציגסטע פלאץ וואס האט מיר ממש צירוק געטראגן אין א טיים מאשין צום גלארייכען אמאהל. מר. זילבערס דירה איז נישט שלעכט קוקט אויס גאנץ פאסיג. און יונה'ס דירה האב איך געגליכן די שימעל און די נאכגעלאזטקייט דערפון, כאטשיג עס קוקט נישט אויס בכלל ווי א דירה אין דער איסט סייד. ווי אויך האט מיר געשטערט אז מען קען זעהן דארטן א סורוועילענס קעמרא און די האללוועי, וואס קען ווען פארווישט ווערן דורך יעדער חדר אינגל נאר זיי האבן זיך אדער נישט געקימערט, אדער פארזעהן (איך ווייס נישט וועלעכע עס איז ערגער)

די כארעקטורן: די קארוקטור פון יונה איז אזוי אנגעבלאזן דער גאנצע צייט, מען קען נישט ארויס באקומען קיין שמייכעל פון אים פאר קיין געלט. לדעתי פארשטיי איך נישט פארוואס מען האט אים נישט געקענט מאכען פאר א פלעינע פרייליכע אידל וואס האלט זיך פעסט נישט צו מחלל שבת זיין, אבער פארוואס מוז ער זיין אזוי זויער? ער שטופט יעדן אוועק פון זיך און לאזט זיך נישט העלפן. אויב האבן דאס די דירעקטארס אזוי פארגעשריבן האט חיים ברוין געמאכט א מעסיוו ארבעט און עקט.

די דייטשע מאפיאנערן קוקט אויס ווי א ספאנישער אדער א חסידישע איד וואס רעדט ענגליש און האלט און איין צוהאקען זיינע ציינער. ווי אויך ווען די מאפיא פאלגט נאך יונה ממש געציילטע פיס טריט אפגערוקט פון אים און ער כאפט נישט, איז ממש א געלעכטער, ווען זיי וואלטען ווען דא געקענט מאכן א גוטע עקשאן צענע.

ארי מאכט א מאסיווע ארבעט ווי אייביג און איז א ריכטיגע שרעקאנווארפענדע פרעזידענט אוו דע שאול ווי אלעס ווערט געפירט אויף זיין אנווייזונג.

מר זילבער שפיעלט אויך גאר גוט זיין פארט ווי א גאט פארכטיגע ווארעמע איד וואס מיינט אמת'דיג דעם באשעפער, אבער קען ליידער נישט עומד בנסיון זיין צו ארבעטן אום שבת, אבער פירט נאך אלץ א געהויבענע שבת סעודה און וואקט צו דער ארבעט, וואס גיט אויף אים א ערנסטע בליק.

דער פאטאגרעפי איז טאקע קלאר און געשמאק, אבער האט נישט עפעס קיין באזונדערע קריעיטיוועטי.

סך הכל בין איך גאר פרייליך אז עס איז דא נאך היימישע אינטערטעינמעט אויסגעהאלטן לכל הדעות און דאס איז באגריסענד ביז גאר, און איך האף אז זיי און אנדערע וועלן מאכן געלט דערפון אז עס זאל זיך לוינען ארויס צוגעבן סאך מער פרעפעסיאנאלע זאכן אויפן היימישען שטייגער און ערפילען די חלל וואס עס הערשט ביי אונזער מארקעט. עס זאל זיך לוינען צו אינוועסטן מיר געלט אין די פראיעקטן.
קא משמע לן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 4:08 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג יאנואר 18, 2021 7:11 pm

זאגסטו וואס מען האט שוין אויבן געשריבן: עס איז אויף א לעועל עטוואס ווייניגער ווי א גרובייס פראדוקציע, נאר אסאך מער בארינג און טייערער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5805
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2646 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » דינסטאג יאנואר 19, 2021 11:09 am

ווער האט דא געשריבן אז סאיז ווייניגער פון גרובייס? דער איינציגסטער וואס האט עס אינגאנצן אוועקגעמאכט האט געזאגט "גענוי" ווי גרובייס [וואס אגב בין איך שארף מחולק, אדער האט ער נאכנישט געזען גרובייס אדער האט ער נישט געזען איסט סייד]
זופ מיט מאנדלען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך קא משמע לן » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:56 am

איך וואלט עס מגדיר געוועהן אז די פרעפסיאנאליטעט, פארשטעלאכטס און סעטס זענען סאך בעסער פון גורבייס. אבער די פלאט איז סאך שוואכער.
קא משמע לן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 4:08 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט