א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

הודעהדורך מי אני » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 2:02 pm

The Trial of the Chicago 7
5354638F-4C27-4CA2-A8F5-F13EF09C1DBB.jpeg

געשריבן און דיירעקטעד דורך אהרן סארקין. דאס דראמאטיזירט די אמת׳ע געשיכטע ווען מ׳האט געשטעלט פאר א פראצעס זיבן אנפירערס פון א פראטעסט קעגן דעם וויעטנאם קריג. עס ברענגט ארויס די סטראָגל פון די לינקע קעגן די רעכטע און וואו די רעגירונג האט זיך דירעקט געשטעלט קעגן זיי, און דאס אלעס אונטער דאס בּעגראַוּנד פון די סיוויל רייטס באוועגונג. (עס איז אויך הומאריסטיש מיט סאשא באראן כהן [באקאנט פון ״בּאָראַט״] וואס שפילט עבּי האפמאן.)

מ׳קען עס זעהן אויך נעטפליקס און דא (מ'דארף אפבאכט געבן פון די פּאַפּ-אָפּס).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2617
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

הודעהדורך תוהו ובוהו » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 1:40 pm

מי אני האט געשריבן:The Two Popes
3132C69A-ECD5-4546-9E59-9257E7253E13.jpeg

דאס דראמאטיזירט א שמועס צווישן יוסף ראצינגער, וועלכעס איז געווען דער פויבסט בענעדיקט דעם זעכצנסטן, און יאָרעי בּערגאָליִאוֺ, וועלכעס איז דער יעצטיגער פויבסט פרענסיס נאך אים. די פילם ברענגט שטארק ארויס אלס איר הויפט טעמע די חילוק במהלכים צווישן קאנסערוואטיווע און פראגרעסיווע שיטות אינערהאלב ארטאדאקסישע טראדיצאנאלע רעליגיע אליין, און ווי אזוי ראצינגער, וואס איז געווען על צד קאנסערוואטיוו קומט צו די אנערקענונג אז עס דארף זיך ציען מער פּראגרעסיוו זיך צוצופאסען צו די בייטענדיגע צייטן.

כמובן האט די געדאנק א שייכות צו אונזער אָלטראַ-ארטאדאקסישע רעליגיעזע לעבנסשטייגער, וד״ל.

עס איז דראמאטיש אראפגעלייגט און גאר אינטרעסאנט. עס איז ארטיסטיש עקלעימד. מען קען עס זעהן אויף נעטפליקס ווי אויך דא.

עס האט חלקים וואס זענען סאָבּטייטעלד וואו זיי רעדן ספאניש אדער לאטייניש.
ערשט יעצט אנגעקומען צו זעהן.. א געוואלדיגע פילם!!
זייער ארטיסטיש און תוכנ'דיג.

און האמיר א קאטוילישע הסכמה צום קדושת לוי'ס געדאנק פון ''דאווענען בשעת'ן שמירן די רעדער''
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 1:51 pm

יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור:
רימון.jpg

(פון דא.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2617
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך מצפצף » דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:19 pm

מי אני האט געשריבן:יא יא. האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון די סיפור:
רימון.jpg

(פון דא.)

זייער א שיינע מעשה.
ווער זאגט אז עס דארף זיין אמת אויך...
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:55 pm

Memento
029BA4FD-7CDB-473E-9770-18BFFA36AB37.jpeg

א טרילער פילם פון קריסטאפער נאָלען. די נאראטיוו אויסשטעל פונעם פילם ארבעט אויף צוריקצווועגס פון די פּוֺינט-אָוו-וויוּ פונעם פּראטאגאניסט. והיינו, די פּלאַט באציהט זיך ארום א מענטש וואס זוכט דער מערדער פון זיין ווייב וואס דאן איז ער אליין פארוואונדעט געווארן וואס האט גורם געווען אז זייט דעמאלטס קען ער שוין מער נישט פארמולירן קיינע לאנג-טערמיניגע זכרונות. ער געדענקט נאר זאכן פאר א קורצע וויילע און נעמט בילדער כדי דאס צו געדענקען.

א גאר קונצליך, ארטיסטישע, און עקלעימד פילם. מען קען עס זעהן דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2617
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:03 pm

פון מיינע בעסטע פילמען, די עקטינג איז נישט מורא'דיג אבער די אויסשטעל פונעם מעשה איז גאונות.
רוב 'נאולען' מאוויס קענען ווערן ארויפגעלייגט דא אינעם קלאב (Inception, Tenet, Interstellar).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1306 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 4:31 pm

ענדליך נעכטן בין איך אנגעקומען צו קוקן די פילם The two popes וואס @מי אני האט רעקאמענדירט, וואס זאל איך זאגן, כ׳האב א שיינע פאר טרערן פארגאסן, כ׳האב מיך שוין לאנג נישט אזוי געטראפן אין א פילם, אפילו אין שטיסל האב איך מיך נישט אזוי געטראפן ווי דא. אנגעפאנגען מיט׳ן וויכוח אין אנפאנג, דער sore loser דשאוקער צום סוף ״אויף אלעם האסטו אן ענטפער!״ :lol:, ווי אויך די פאקט אז ווי שטארק זיי האבן נישט ליעב מיין צוגאנג און מהלך הפסק אבער ווען זיי דארפן וויכטיג א היתר אדער סתם הדרכה און זיי פילן ווי זיי טאפן א וואנט קומען זיי זיך בוקן צו מיר :oops:. און ווען איך פארליר די געדולד זיך צו שלאגן און איך באשליס זיך אפצופעקלען און פערטיג זענען זיי, מיינע קעגנער לכאורה, די וואס איבערצייגן מיך צו בלייבן און נישט אויפגעבן די קאמף, זיי ווילן מיר אויסלערנען די קליינע אותיות און איך זאל עס נוצן צו שטופן די וואגן אין מיין ריכטונג. כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבעט, אויב האלטן זיי אז מ׳דארף טאקע א טויש פארוואס קענען זיי נישט זיין די וואס ברענגען עס? זעהט אבער אויס אז אזוי ארבעט די וועלט, וסדנא דארעא חד הוא. א מענטש ווערט אזוי צוגעוואוינט צו א סיסטעם אז ס׳איז איהם שווער צו טוישן טראץ וואס ער ווייסט אז ס׳איז ריכטיג. ווי אויך איז מיר זייער געפעלן די פראזע ״I didn't compromise, I just changed", איך זאג נאכמער, נישט נאר וואס איך האב נישט קאמפראמייזד, איך האב מיך ניטאמאל געטוישט, איך האב אלץ געזוכט דעם אמת און איך זוך עס ווייטער, ס׳האט זיך גארנישט געטוישט, סך הכל האב איך אמאל געמיינט אז דער אמת ליגט אין איין פלאץ און היינט ווייס איך אז דער אמת ליגט אין אן אנדערן פלאץ, און באמת זענען זיי אויך מודה דערצו נאר זיי קענען זיך נישט ברענגען לידי מעשה ווייל זיי זענען אזוי סטאק, כאמור.

#myLife

און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4416 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:20 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
און אנבאלאנגט וואס רבי בנימין פרענקלין האט געזאגט פריער וועגן גלויביגע רעפארמיסטן, ס׳דא א גרויסע חילוק צווישן די אמונה פון א קאנסערוואטיוו און די אמונה פון א רעפארמיסט. לאמיר נעמען לא תרצח פאר א ביישפיל, א קאנסערוואטיוו גלייבט (אפיציעל) אינעם בוך, וואס ס׳וועט שטיין דאס וועט ער גלייבן (פארשטייט זיך נאר ווען ס׳שטימט מיט זיין השקפה), ער גלייבט נישט אז מ׳טאר נישט הארגענען, ער גלייבט אינעם לא תרצח, פארשטייסט די חילוק? און דערפאר טאקע ווערט דער לא תרצח א דין אזא אפילו when it defeats its own porpose. דער רעפארמיסט ווידער איז פארקערט, ער גלייבט נישט אינעם לא תרצח, ער גלייבט אז מ׳טאר נישט הארגענען, די גאנצע לא תרצח אין וואס ער גלייבט איז נאר ווילאנג ס׳איז אינעם רוח פון ״נישט הארגענען״, און דערפאר קען זיך עס טאקע טוישן לויט די אומשטענדן, אפשר דורכ׳ן נישט מאכן abortion ״הארגעסטו״ די מאמע? מ׳דארף יעדע פאל עקסטער אין באטראכט נעמען.

די ביישפיל פונעם פילם איז וועגן גירושין, דער קאנסערוואטיוו גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ס׳שטייט אינעם בוך אז יאשקע האט געזאגט אז גירושין איז שלעכט. איי אויב גלייבסטו אז גירושין איז א שלעכטע זאך איז דאך מבטל זיין קידושין למפרע פונקט אזוי שלעכט? דארף מען צוטיילן כדלעיל, ער גלייבט נישט אז גירושין איז שלעכט, ער גלייבט אינעם פסוק וואס זאגט אז גירושין איז שלעכט, מבטל זיין קידושין האט נישט דעם דין ווייל ס׳שטייט נישט אין פסוק ממילא איז עס בסדר. דער רעפארמיסט ווידער גלייבט אז גירושין איז שלעכט ווייל ער גלייבט אז ס׳איז שלעכט, איז אויב די קירכע האט גע׳פסק׳נט אז מ׳קען מבטל זיין קידושין למפרע מוז זיין אז גירושין איז פונקט אזוי בסדר און מ׳מוז זאגן אז דער פסוק האט עפעס אנדערש געמיינט.


רביה"ק זייער צו דער זאך, בכלל אז מען רעדט שוין וועל איך מיך באדאנקען פאר אייער אנדערע תגובות עס איז אייביג א געשמאק צו ליינען, צום פינטעל, און עפ"ר שפירט זיך פון אייער תגובות אז אמת נר לרגליך, דער באשעפער זאל העלפן אז דער רבי זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו.
יעצט צום ענין, ווי אזוי לערנסט אפ די מהלך פון א קריסטליכע (אדער אידישע) רעפארמיסט בנוגע א הומו סעקסואל, און אנדערע ווערטער וואס טוען זיי ווען די עצם רוח פונעם פארלאנג איז נישט OK לויט די היינטיגע סטאנדארטן אין מאראל.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3171 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:57 pm

א. ס׳זעהט מיר אויס ווי ס׳הערשט דא א מיספארשטענדעניש, כ׳האב חס ושלום קיינמאל נישט געזאגט אז א טויש אין מאראלישע סטאנדארטן איז א תירוץ צו טוישן די תורה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די ביישפיל וואס כ׳האב גענוצט פון לא תרצח איז נישט א טויש אין סטאנדארטן חס ושלום, די סטאנדארטן פון הבא להרגך השכם והורגו און מיתת בית דין זאגן אז לא תרצח איז נישט קיין דין אזא פון נישט אפשטעלן דאס הארץ קלאפן פון א מענטש אפילו אויב ער איז טויט (אן עובר האט דאך א דין ווי א מת כידוע. הגם אן עובר האט ניטאמאל די דין פון א טויטער מענטש ווייל עובר ירך אמו, וועט מען דארפן זאגן אז זיי לערנען אפ די דין אזא אז מ׳טאר נישט אפשטעלן דאס קלאפן פון א הארץ וואס ליגט אין א מענטש [די מאמע]. איי וואס וועט זיין די איסור אין די ערשטע 6 וואכן ווען די עובר האט ניטאמאל קיין הארץ, וועט מען מוזן זאגן אז די דין פון לא תרצח איז אז מ׳טאר נישט אפ׳הרג׳נען צעלן פון א מענטש וואס קענען ווערן א הארץ, א חידוש. יעדנפאלס, ארויסנעמען דאס הארץ פון א לעבעדיגער מענטש און אריינלייגן אין א צווייטער מענטש און לאזן דעם ערשטן מענטש אפשטארבן איז לכאורה מותר לכתחילה לויט די וואס לערנען אפ אז לא תרצח איז אזא דין אזא ווייל דו שטעלסט נישט אפ זיין הארצקלאפן, איי דאס לצנות איז גרויס) נאר ס׳איז אן ענין פון זוכן דאס בעסטע פאר די מענטשהייט, הפלה אין אסאך פעלער איז בעסער פאר דאס מענטשהייט קען דאס אויך אריינגיין אין דעם ענין. ווייטער גירושין איז לכאורה יא א טויש אין סטאנדארטן, אבער דאס ליגט אויפ׳ן קאטוילישע קירכע צו פארענטפערן ווייל זיי האבן מתיר געווען ביטול קידושין למפרע וואס לויט די סטאנדארט וואס די פסוק שטעלט אוועק (אז ס׳איז גורם זנות) איז עס די זעלבע זאך, סך הכל וואס די רעפארמיסטן זאגן אז אויב האסטו שוין יא געמאכט א טויש אין סטאנדארטן כאטש מאך נישט דערפון א חוכא ואיטלולא און זיי שוין אינגאנצן מתיר גירושין.

ב. דו פרעגסט כאילו פאר די אמאליגע סטאנדארטן איז די איסור אויף משכב זכור יא געווען ok, ס׳ליגט אין די הענט פון די רעליגיעזע פירער צו באשליסן צו זיי ווילן אנהאלטן דעם איסור צו זיי ווילן עס אפלאזן פונקט ווי זיי האבן אפגעלאזט נאך הונדערטער זאכן וואס האט זיי נישט געשמעקט כמבואר אצלנו כמה פעמים, אבער טויש פון מאראלישע סטאנדארטן איז נישט קיין תירוץ, איינס ווייל ס׳איז לכאורה היסטאריש נישט ריכטיג, און צווייטנס ווייל מאראל דארף זיך צושטעלן צו די תורה, נישט פארקערט.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4416 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

הודעהדורך תוהו ובוהו » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 3:44 am

Noah
Noah_Poster_2014.jpg

לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 5:51 am

תוהו ובוהו האט געשריבן:Noah
Noah_Poster_2014.jpg

לכבוד פרשת השבוע
באזירט אויפן סיפור התנ''ך פונעם מבול, מיט אסאך טוויסטס און מאדערנע חומר למחשבה.

גאר גוטע עקטינג, און זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט.

מען קען עס זעהן דא.

אויך עוועילעבל אויף פריים
Nanach
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:41 am

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2617
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

הודעהדורך תוהו ובוהו » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 1:58 pm

מי אני האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=430582&sid=b696df9d9b215caec4126d0e3a1cf26f#p430582


אופס!
נישט געוואוסט אז ס'שוין געווען דא..

די פילם האט אסאך טעאלאגישע חידושים וואס האט מיר געכאפט..

אנגעהויבן מיטן פארום פון נבואה וואס איז מער אזא 'חלום בלא דברים בטלים', נענטער צו 'דיבוק במושכלות', ווי צו דעם טראדיציאנאלן מיסטערישע דיקע מענערישע שטימע פון גאט אינעם געווענליכן ביבליקען פילם.

אזוי אויך (ענליך צו וואס דו שרייבסט דארט), דעם אומקלארן ציווי וואס קומט אפיר פונעם נבואה, וואס לאזט איבער רוב ''נבואה'' צום ספעציפישן נביא ווי אזוי ער וועט עס אפלערנען.

ביזן מאדערנעם -האלב דעטערמעניסטישען- בליק וואס נח קומט צו, און פארשטייט אז ער במקום דעם דור המבול וואלט זיך ווארשיינדליך אויפגעפירט די זעלבע, און ווי ער זאגט צו זיין ווייב ''צו באשיצן אונזערע קינדער וואלטן מיר דען נישט געהרג'ט?!'' און ווי איראניש אז למעשה טוט ער טאקע דאס ווען ער פירט למעשה נישט אויס דעם ציווי השם (ווי ער פארשטייט עס) צוליב ליבשאפט, (דאס זיסטע איז נאך ווי ער קויפט דערנאך אפ זיין שנור'ס טעאלאגישע הסברים למפרע, פ''וו ער האט יא מקיים געווען דעם ציווי השם).

ווי אויך איז די כאראקטער פון 'תובל קין' א געוואלדיגע, ווי א פרוסטרירטן מאמין קומט צום החלטה אז גאט איז נישט צום האבן, און אז גאט וועט שוין נישט רעדן צו אים, און גייט אריין אין אזא 'survival mode' און ווארפט אוועק טעאלאגיע בכלל.

אזוי אויך חם'ס פארלוירנקייט, זייענדיג אין א משפחה וואס ווייסט 'גענוי' דעם רצון השם, אבער פאר אים ארבעט דאס נישט ביז ער גייט אט''ד.
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 3:59 pm

איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די דאקומענטערי The Social Dilemma. עס איז זייער פראפעשינאל געמאכט, א סאך חומר למחשבה, סיי בנוגע ביג טעק, סאשעל מידיע וכדומה, און סיי בנוגע אזעלכע פילאזאפישע ענינים ווי דעטירמעניזם וכדומה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3047
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6953 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 10:05 pm

צוויי ביאגראפיע מאוויס פון גרויסע פראפעסארן וואס האט מיך געכאפט:

A Beautiful Mind
די געשיכטע פון פראפעסאר John Nash וועלכע איז אויפגעקומען מיט די "נעש עקוויליבריום".
ער האט געליטן פון 'פאראנויד סקיצאפרעניע'.

די פילם האט א גאר שטארקע מוסר השכל.
A_Beautiful_Mind_Poster.jpg
A_Beautiful_Mind_Poster.jpg (16.84 KiB) געזען געווארן 476 מאל


The Imitation Game
די געשיכטע פון Alan Turing וועלכע ווערט פאררעכנט ווי די גרונדער פון "קאמפיוטער סייענס".
עס רעדט זיך בעיקר פון זיין מאשין וועלכע האט געבראכן די עניגמע ביים צווייטן וועלט קריג, אבער ענדיגט זיך מיט זיין זעלבסטמארד נאכן ליידן איבער א יאר ך פון 'הארמאנעל טעראפיע' וועלכע די בריטישע גאווערנמענט האט ארויפגעצווינגן אויף עם פארן זיין 'געי'!

די פילם האט אויך גאנץ א שטארקע השפעה לטוב.
81b+G+RIkkL._SL1500_.jpg
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1306 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 10:54 pm

בנוגע The Imitation Game רירט עס אויך אָן, אין דעם וואס זיי דארפן אפמאכן וועמען יא צו לאזן געזינקען ווערן דורך די דייטשן כדי זיי זאלן נישט געוואויר ווערן אז זיי האבן געבראכן דעם עניגמע קוֺיד, צו דעם טראַליִ פראבלעם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2617
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2033 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:53 am

איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 724
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2579 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

הודעהדורך תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:47 pm

תרמב האט געשריבן:איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........
מדברי גוגל זז''ג:
''Cat's Cradle is one of the oldest games in human history''
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך moody » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 3:21 pm

וויפיל דארף מען זאגן אז אונז חרדים האבן די ארגינעלע מסורה :lol:
moody
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט