ווערטערבוך פאר פריש-דעפינירטע ווערטער

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

ווערטערבוך פאר פריש-דעפינירטע ווערטער

שליחה דורך נהורא נפישא »

קליינקעפיגקייט דאס איינשטעלן א פארגעשריטענע שוץ מאכאניזם דורכציזופן יעדע אריינקומענדיגע געדאנק צו באשיצן אלט-געזעצענע געדאנקן.
בושה א וואונד אין זעלבסטזיכערקייט, די פוילסטע הייל-מיטל איז פשוט אויסווארטן ביז ס'וועט פארגעסן ווערן.
פיאנער דער וואס טוט בשעת א צווייטער טראכט.
גלויבן אין זיך די וויכטיגסטע טאלאנט אין לעבן.
wrong Something you have the right to be.
חלומות די אומבאגרעניצטע געלויף פון שאיפות אן די וואכזאמקייט דורכציזופן איר רעאליטעט.
היסטאריע אן ארגענעזירונג פוו פאסירונגן וואס איז נאר איינמאל אויפגעוויזן געווארן.
נאטור א געוויסע ארדענונג מיר מאכן ביים באטראכטן דעם אוניווערס אין א פארזוך צו שטילן אונזער ווינדער.
פרייהייט די צושטאנד פון גלייכגילטיגקייט צו די קאנסעקווענצן פון אמת.
איגנארענץ א צושטאנד אין גלייבן אין עפעס, מער פון וואס גלויבן איז געמאכט פאר.
קוראזש לא בכח ולא ברעש, פשוט אן אנדערע אויסטייטשונג אין רעפוטאציע.
ראדיקאל עפעס וואס יעדע פאזיטיווע ערשיינונג איז געווען ביפאר עס איז ערשינען.
אידילאגיע די ארט פון טרעפן באדייט אין לעבן.
הימל די ווייטסטע גרעסטע פלאץ צו ענטהאלטן אלע פאנטאזיעס אין איר.
שרייען א מיטל פון פארטימלונג צו ערמעגליכן אריינצישמוגלן א דעה אן הסבר.
באקליידונג א מעטעפארישע מיטל אנצושטעלן א פנים אז נאקעטקייט עקזעסטירט נישט.
שווייגעניש א שפראך וואס זאגט מער פון אלע שפראכן, און פארשפרעכט אייביג צו זיין אוניווערסאל.
מוזיק א גרינגע מיטל צו פראוויצירן כל'ערליי  געפילן דורכן איבערארבעטען נאטורליכע טענער פון מענטשליכע אויסדרוק אין פראפעסיאנאלע קלאנגן.
רעפוטאציע אן אבסורדאלע פארשלייערונג וואס איז זעלבסט א רעאקציע פון א צווייטענ'ס פארשלייערונג.
זכרון די מח'ס ארבעט פון כראנאלאגיזירן געדאנקן.
ציל דאס צוזאמנעם פון פארשפרייטע ענערגיע.
צייט די טייערסטע זאך און לייכטסטע אויסצוגעבן.
אמת די ריינסטע און זעלטענסטע זאך אויף דער וועלט.
ארט די גלאריפיקאציע פון די פראסטע זאכן אין נאטור.
אלטקייט עפעס צו וואס יעדע לעבנס-ווילענדער צילט אבער וויל נאך נישט אנקומען אהין.
באגרעבעניש א מיטל צו פארדעקן דעם עתיד.
מצבה א מיטל צו ברענגן האפענונג צו געדענקט ווערן ווען יענער עתיד קומט.
ארדענונג אן אילוזיע פון צופאסונג.
המון עם אן איבריגע לאסט וואס איז כדאי די וועלט, די געציילטע יחידים איר צו מאכן א בעסער פלאץ.
פאנטאזיעס א פערזענליכע אמת.
ציניסיזם א טאן וואס דינט אלס די מערסט אפעקטיווער וועג ארויסצוברענגן אין קורצן א געדאנק פאר א פארמאטערטער וועלכער איז שוין מיואש פון צו רעדן.
ישוב הדעת א רואיג אינזעל אין שטורעמישע וואסערן.
ערפינדונג א גליקליכע טעות.
קינדער די מערסטע אפהענגיקער אייגענטום מיטן פאטענציאל פון זיין די מערסטע אומאפהענגיק.
וועלטס-בארימטער וויסענשאפטליכער מזל'דיג מיטן צוטרעפן די אינוועסטירונג פון זיין חכמה אין ריכטיגן פלאץ.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר