סיר דעיוויד אטענבאראה

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

סיר דעיוויד אטענבאראה

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ראש חודש אייר תשע"ו האב איך מיא ספיציעל פאר'דביקעט אינעם "ברכי נפשי", נאך דעם וואס ס'איז מיר ארויף אין געדאנק אז היינט איז די בירסדעי פון די וועלט בארימטער נעיטשוראליסט און בריטישע טי. ווו. פרעזענטער אויף נפלאות הבורא דעיוויד אטענבאראה נאכן האבן געזעהן זיינע ווערק, זינגט זיך די ווערטער גאר אנדערש.

זיין ליבע צו נעיטשור איז איינס אין די וועלט. ער איז ארום געפארן איבעראל און געמאכט אויגן פארכאפנדע דאקיומענטעריס.
ער האט א ספיציעלע געפיל פאר אלע באשעפענישן אין כמים פנים אל פנים ווייזן די באשעפענישן ארויס זייערע אהבה צו איהם. איינס פון די מערסטע באקאנטע שטיקלעך איז ווען ער האט זיך אראפגעלייגט מיד די שרעקעגידע גארילעס. קוק ביי 3 מינוט. ער איז געווארן באקאנט אין די 1950 מיט די סיריעס"זו קוועסט".
מיט די ברכה פון די היינטיגע טעכנעלאגיע איז עס אנבילוועבעל ווי אוזי מ'קען כאפן אזעלכע דראמאטישע ווידואס פון די העליכע בריאה און די איינוואוינערס. ס'ליונט זיך צו כאפן א בליק אויף די סיריעס "לייף סטורי" אויף יו טוב קאסט עס (ס'ליונט זיך!) אבער כ'בין זיכער מ'קען עס טרעפען בחנם. צו באקומען א השגה, געט א בליק אויף די קליפ, דעס האט איבערגעלאזט אויף מיר א גיוואלדיגע רושם.


ער קומט אונער פייער פארן נישט קרעדיטן גאט אין זיין ארבעט. זייער אינטערסאנט אז נאכן זעהן מיט די אייגענע אויגען די גאנצע פלענעט און די נפלאות הבורא און יעדער ווינקל איז ער נאך אלץ נישט קיין געלויביגע, ער לייקנט נישט אינגאנצן, אהער ער זעהט דאס נישט פאר קיין הכרח. ער טענה'ט אז עווילוציע איז נישט נישט דווקא א סתירה מיט גאט, כדוגמת חד שיטה אין @אבטולמוס'ס ארטיקל אויף דיינעזארס. וואס אברהם אבינו האט איינגעזעהן ביי די דריי יאהר האט ער נאך נישט איינגעזעהן ביי די 90. ערלי לב וואס זיי זענען... ער גייט אהן מיט א פרישקייט און ער איז נאך ביי די ארבעט.

מיר וונטשען עם אהן אז עוד ינוב בשיבה מיט אריכות ימים ושנים טובים.

דא איז זיין לעצטיגע אינטערוויו מיט אבאמא

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר