אנדער קאווער באסס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

אנדער קאווער באסס

שליחה דורך אביתר פריעדמאן »

ביי יעדע איינציגע פון די סעריע קומט מיר טרערן אין די אויגען פון די מיט מאכענישן פון מענטשען, און די שטארקייט וואס מענטשען פארמאגען, זיך צו שטארקען אויף זייערע פראבלעמען, און אזוי אויך די ריאקציע וואס די מענטשען ווייזען ארויס - ווען זיי הערן אז דער אומבאלומפערטע ארבעטער איז נישט קיין צווייטער ווי זייער באלעבאס אליינס, און אויך וויאזוי זיי נעמען אויף זיייערע מתנות.
וואס איך בין נאר נייגעריג איז, זענען די ארעבעטער אזעלעכע דומע קעפ? אנדערקאווער גייט אן שוין אין די יו עס שוין פון 2010 זען זיי נישט אז עס קומט דא אן א נייע ארבעטער, די ארבעטער נעמט זיך אויפרעגן שאלות, די מערסטע וואס דארף זיין אבוויעיס איז אז מכאפט אלעס אפ, כהאב געהערט עפעס ווערטער אז די ארבעטער דארפען מיינען אז סאיז א ריאלעטי שאוס, וואס מיינט עס?

(אין א סייד נאוט איז אינטערסאנט ווי יעדער איינער אן אן אויסנאם האט עפעס א עמאצינאלע מעשה ביהיינד זיך אנגעפאנגען פונעם באסס און גענדיגט מיטען ארבעטער, איז עס נישט א קא אינצעדענט?)

נאך איז אינטערסאנט צוצילייגען -ביי די עפיסאד ווי מען זעט דער ארבעטער איז זייער נתרגש געווארען ווען דער בע''ב האט אים געגעבן פערציג אלפים זיך צו קויפען א דירה פאר זיין משפחה - האב איך געטראכט ווען דער ארבעטער באקומט א מתנה ווי פערציג טויזענט דאלער שפירט די ארבעטער ווי ער חלומ'ט, סאיז פאר אים ''לייף טשענזשינג'' און ער קען טראכטען פון קויפען א הויז אדער צו אינוועסטן וכדו' , משא''כ אז איך זאל באקומען פערציג טויזענט דאלאר איז איין זאך זיכער אז פון א הויז זאל איך ניטעמאל חלומען, אפשר רענט פאר א יאר...
רעאגיר