מלכים אין די עולם החי והצומח

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

מלכים אין די עולם החי והצומח

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך בין נאך סטאק מיט דעם פארצייטישן קוק אז עס מוז זיין א בעסטע, א גרעסטער, א שטערקסטער, און א מלך פיגור.

דער געדאנק פון א מלך פיגור האב איך גענומען פון דעם לייב פענאנעמען, קודם האב איך געמיינט אז דער לייב איז באמת דער מלך פון די חיות, אזויווי אין די פאריטאלן און משלים, אבער צוביסליך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין אז זיינע באוועגונגען און אויסזעהן געבן אים א חשוב'ער איינדרוק וואס דערמאנט מענטשליכער מלכות.

דאס זעלבע איז מיט די נשרים (eagle, vulture), זיינע באוועגונגען דערמאנט מלכות.

אין גמרא ווערט דער שור פאררעכנט אלס מלך הבהמות, דאס איז שוין ווארשיינליך נישט צוליב א מלכות׳דיגער התנהגות, נאר צוליב זיין שטארקייט, גרויסקייט, און ניצבארקייט, ווייל איך וואלט ענדערש געזעהן אין א פערד א מלכות׳דיגקייט ווי אין אן אקס.

אלזא, איך האב מיר שוין צוגעוואוינט אז זאכן דארפן פארמאגן א מלך, וואס דאס מיינט די חשובסטער און ארויפגעקוקסטער, אמאל צוליב זיין גרויסקייט, אמאל צוליב זיין שטארקייט, אמאל צוליב זיינע תנועות, אמאל צוליב זיין ניצבארקייט, און אמאל צוליב אלעס צוזאמען.

אין דער אידישער ליכט האב איך געליינט אלס קינד אז דער עפל איז דער מלך פון די פירות, און אין יפה בעיתו האב איך געליינט אז דער סאלמאן איז דער מלך פון די פיש. אלזא דער תורת המלכים איז מיר גוט אריין אין קאפ, און איך האב אנגעהויבן זיכן מלכים אויף יעדער גרופע בעלי חיים און צמחים, געוואלט האב איך לכתחילה אז זיי זאלן זיין ביבלישע מינים, ווייל ווי אויפגעקלערט איך בין שוין דאן געווען האב איך נישט געקענט ארויב קריכן פון דאס באטראכטן דעם געפינטלטן תנך אלס דער שליט אין לעגיטימאציע.

טאקע דערפאר האב איך צו ערשט פארטוישט דעם יפה בעיתו׳ס סאלמאן אלס מלך מיטן לויתן פיש, און ווען איך האב אנגעהויבן זיכן א ראציאנאלער לויתן האב איך מחליט געווען אז זאל דאס זיין דער וואהל פיש, און טאמער איז דער וואהל נישט קיין פיש דאן איז דער שארק אויך גוט אלס לויתן, אבי עס זאל זיין תנך׳יש און שטימען מיט די אגדות וואס איך האב געהערט אין חדר אלס קינד.

אבער אזויווי ראציאנאליטעט איז מיר שטענדיג געווען אזוי חשוב ווי דער לעגיטימער חותם פונעם תנך און באגלייבטקייט צוצו אידישע אגדות, האב איך אנגעהויבן זיך צו ספק׳ן צו דער לייב ווערט טאקע מיט רעכט פאררעכנט אלס מלך החיות, ער איז נישט דער גרעסטער, און אויך נישט דער שטערקסטער בעל חי, און אין מציאות אפילו נישט אזוי געוואגט און מלכות׳דיג. דער טיגער וואלט זיך לדעתי פונקט אזוי פארדינט דער נאמען מלך החיות, און אפשר נאך מער ווי דער לייב. בארואיגט האט מיר דער דעה אז דער שרעקעדיגער אריה דבי עילאי פון גמרא איז טאקע דער טיגריס.

היינט ווען דער אנדען קאנאדאר איז דער גרעסטער פליענדער פויגל, ווערט דעם נשר׳ס מלכות באדרויעד, אבער איך האב מיר בארואיגט אז דער וויקיפידיה רופט דעם קאנדאר דער נייער וועלט וואלטור.

און יעצט לאמיר פראבירן צו געבן א ליסטע פון אנדערע מלכים:

דער מלך פון די שרצים reptiles וואלט איך געקרוינט דעם קראקאדיל, דער דעם קאמברו שלאנג.

דער מלך פון די אינסעקטן, וואלט איך געזאגט איז דער מארישקע.

דער מלך פון די פליענדע אינסעקטן איז דער בין.

דער מלך פון די שטיינער איז דער דיאמאנט.

דער מלך פון מעטאל איז גאלד.

דער מלך פון די ביימער איז דער ארז.

דער מלך פון די פרוכט איז אין מיינע אויגן דער מילגראם, אבער אן עפל אלס מלך איז אויך נישט אוועק צו מאכן.

דער מלך פון ירקות איז דער טאמאטע.
דער מלך פון געטראנקען איז וויין אדער קאווע.

איר קענט מיר ווייטער ארויס העלפן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר