בלאט 1 פון 1

The Voice Season 11

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:32 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פאריגע וואך אדער צוויי וואכן צוריק האט זיך אנגעפאנגן סיזען 11 פון THE VOICE. אזוי ווי אלעמאל איז אויך היי יאר דא פיר שופטים. אויסער די אלטע צוויי: לעווין און בלעיק איז היי יאר צוגעקומען פרישע בלוט די אלעמען באקאנטע דיזני גירל מיילי סירוס, און אזוי אויך די ווארעמע זינגערטע אלישא קיז. די צוויי פרויען ברענגן אריין א פרישע רוח החיים אין די שאו און לייגן אין שאטן דעם געווענליכן דאמענירער אדם לעווין.

מען זעט טאקע ביי די ערשטע פאר עפיזאדן אז לעווין איז נישט ביי זיך, ער איז אנגעצויגן ווי א אינגל אין קעמפ ביי פיעלד דעי, ווייל די גוטע קאנטעסטן וועלען ענדערש אויס איינע פון די נייע מיילי אדער אלישא און בלעיק טרייבט ליצנות פון אים. בדרך אגב אלישע גייט מיט א טורבאן און זעט אויס ווי א היימיש ווייבל צניעותדיג און איידל מען קען זאגן אז זי מאכט א קידוש השם.

דא האט איר א פאר noteworthy קליפס וואס לענ"ד קענען עס מאכן ווייט אין די שאו
אין די ערשטע צוויי קליפס מאכט בלעיק דאס גענאר פון לעווין און מיט רעכט.

https://www.youtube.com/watch?v=KMym0Wf7VGQ

https://www.youtube.com/watch?v=iXsdJGaL_K4

https://www.youtube.com/watch?v=wkJrShaOaz0

https://www.youtube.com/watch?v=wikX3P4eBbQ