OSCARS MIXUP

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

OSCARS MIXUP

שליחה דורך יתרו »

כקען נישט גלייבן אז אין אזא אויפגעקלערטע סייט איז נאך נישטא אן אשכול פאר די יערליכע אסקארס אווערדס. עניוועי די יאר איז געווען הויך יו"ט ווען מען האט געמאכט א מעסיוו מיסטעיק ווען מען האט באלוינט LA LA LAND מיט BEST PICTURE ווען אליבא דאמת האט עס געברויכט גיין צו MOONLIGHT. עס איז געווען א היסטארישער און דראמאטישער טעות וואס האט נאך קיינמאל פאסירט זינט די אסקארס איז געבוירן געווארן.

מען ברויך אנמערקן אז LA LA LAND איז געווען נאמנירט פאר 7 אסקערס, די ערשטע פילם אין היסטאריע צו ווערן נאמאנירט פאר אזויפיל אסקערס, און ממילא האט קיינער נישט געכאפט די טעות ביז אינמיטען די ACCEPTANCE דרשות פון די פראדאצירער פון LA LA LAND. דער עולם איז געווען אין שאק אבער יעדער האט זיך געפרייט מיט די פראדאצירער און עקטערס פון MOONLIGHT וואס זענען אמייסטענס געווען פון אפריקאנער אמעריקאנער געמיינדע.


דא האט איר די ווידאו פונעם טעות
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ygobstg4XQs[/youtube]



דאס יאר איז זשימי קיממעל געווען די יושב ראש אין אינטער געהאלטען דעם עולם מיט זיין בחנ'טע ליצנותץ אינמיטען האט ער אריינגעברענגט א באס פון טוריסטן וואס האבן געמיינט אז זיי גייען צו א museum
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qr69jLeQdRA[/youtube]



די באקאנטע Guillermo ביי די איווענט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ahmNfLGhd2c[/youtube]
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר