בלאט 1 פון 1

נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:16 pm
דורך אפטעמיסט
מיט א געהויבענער געמוט מעלד איך די גאר גוטע נייעס אז אין די קומענדיגע פאר טעג וועט אנהויבן שפילן אויף איזרעלישע טעליוויזיע א נייע סעריע איבער חרדי'שע אידן, "כיפת ברזל". (א ווערטער שפיל פון די אייראן-דאום ראקעט שיצונג גערופן אין העברעאיש כיפת ברזל). די נייע סעריע ברענגט ארויף אין קאפ די וואויל-באקאנטע סעריע "שטיסל" וואס האט געהאלטן געשפאנט כלל ישראל פאר צוויי סעזאנס און אקוראט געשפילט די חרדי'שער קולטור, איר שיינקייט און פראבלעמען, ווי נאך קיינמאל געזען.

די נייעס איז גאר גוט, ווייל אלון זיגמן, איינער פון די דירעקטארס פון "שטיסל" וועט אויך דירעקטן "כיפת ברזל". די סעריע פארציילט די געשיכטע פון דריי פרומע סאלדאטן וואס רעקרוטירן זיך צו א נייע אפטיילוג אינערהאלב די נח"ל החרדי באטאליאן; זייער מיטמאכעניש אינדערהיים און אין די חרדי'שע געזעלשאפט, ווי אויך זייערע שוועריקייטן זיך אריינצוגלידערן אין די אלגעמיינער גאס.

דערווייל איז ארויסגעקומען א טרעילער פון די סעריע וואס זעט אויס גאר גוט. ווי עז זעט אויס ווארט אונז עפעס גוט פאר די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט. האלט אייך געשפאנט.