בלאט 1 פון 1

די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:50 am
דורך החוקר
די פראפיט סעריע איז א שאו וואו אן אינוועסטירער מארקוס לעמאנוס, גייט אראפ צו ביזנעסער וואס זענען אין א געדריקטן מצב, בדרך כלל פינאנציעל און שלאגט פאר שותפות.

היות אסאך דא זענען באקאנטע מיט שארק טענק (ווי ווייט איך ווייס זענען ווייניגער באקאנט מיט "די פראפיט"). וועל איך אין קורצען ארויס ברענגען די חילוקים.

אין שארק טענק קומט מען צו זיי, די פראפיט גייט אראפ צום ביזנעס. צוליב דעם זעט מען מער די אפארעישאנאל חלק פון ביזנעס.

אין שארק טענק איז די דראמא די negotiation חלק, דא איז דא מער דראמא מיט די ביזנעס איייגטומער. שלעכטע מידות, שוואכע קאמיוניקאציע וכדו' קומט תיכף ארויף און עס איז אינטערעסאנט צו צוזען.

איך געדענק אויף איין עפיזאד, זענען מאן און ווייב געווען שותפים, אבער ער האט איר אפגאלאזט פאר א מיידל ביי איינע פון די סופלייערס. פארשטייט זיך אז דארט איז געווען יו"ט.

צוליב וואס אויף שארק טענק טונקען זיי נישט איין די הענט אין קאלט וואסער אויף די שאו, זעט מען ווייניג מאל וואס עס האט זיך אויסגעקאכט. אויף די פראפיט וויבאלד ער איז מער איוואלווד אין די ביזנעס, זעט מען מער די ענדע רעזולטאטן ווי די ביזנעס איז אנגעקומען. צוליב דעם נעמט ער א גרעסערע חלק שותפות, צומאל אפילו אזוי הויך ווי 70%.

זעט און האט הנאה!