בלאט 1 פון 1

אמנון לוי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 11:57 pm
דורך טרויבן88
אין די אשכול וועל איך ארויפלייגן עפיזאדן פון אמנון לוי, בעיקר עפיזאדן וןאס ער רעדט ארום פון אונז חרדים,

אמנון לוי פירט אן א שאו אין ארץ ישראל מיטן נאמען "פנים אמיתיות" וואס איז אין די קאטעגאריע פון investigative journalism, ער רעדט פון אסאך נושאים, אבער נישט ווייניג פון חרדים,

איך גיי נישט אריין אין זיין אגענדע חלק, וואס איז גאנץ קלאר גענויגט צי לינקס, און צי די פרייע מהלך, און אויך נישט איבער זיין סטייל וואס איז נישט אלעמאל די מערסטע ריכטיג, דערפאר עפען איך טאקע די אשכול אז יעדער זאל קענען זאגן וואס ער האלט, אפגערעדט וואס איך האלט,

נישטא קיין בעסערע עפיזאד אנציפאנגען די אשכול נאר צי ברענגען די לעצטע עפיזאד איבער די ליטווישע וועלט ווי דער צד הכלה דארף ארויסלייגן ריזיגע סכומים געלט צי קענען באקומען א בן תורה

פנים אמיתיות: שוק החתנים החרדי