בזהות בדויה, צבי יחזקאלי

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

Re: בזהות בדויה, צבי יחזקאלי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 09, 2018 10:19 am

טאמבל סאס האט געשריבן:און וואס איז שוין אז זיי ווילן אז מען זאל עסן חאלאל און גלויבן אין באשעפער? איינער קען צוברענגען וואס דער רמבם'ס שיטה איז? צו מען וועט דארפן גיין אין פייער דערויף?

חוץ מזה, אז זיי וועלן האלטן ביי אזוי כח, וועלן זיין גענוג אזעלכע ווי al-Qāḍī al-Fāḍil וואס וועלן זיין גענוג טאלעראנט אז מ'זאל קענען אנגיין מיטן לעבן.
האסט א נבואה אז עס וועט זיין אזעלכע פארשוינען? ביסט פארזיכערט?

׳וואס איז אז מ׳וויל אז מ׳זאל עסען חאלאל?׳ איז א שאלה פון אומוויסענד. מער זענען אזוי צוגעוואוינט צו פרייהייט אז מ׳ווייסט שוין נישט וואס דאס מיינט צו לעבען אונטער אזעלכע אומשטענדען.
איך האב נישט געזען די ווידיאוס, אבער דער מענטש איז באשריבען געווארען אין איינער פון די פרומע מאגאזינען.

לדעתי, איז עס מעגליך צו אסימילירען די מוזלעמענער אין די געזעלשאפט, פונקט ווי מ׳האט ליידער געטוהן צו אונז. מ׳דארף נאר האלטען קאפ. די נערישסטע זאך צו טוהן איז זיך צו שלאגען. א ריזיגע ציבור גייט נישט פארשוואונדען ווערען, און דו ווילסט אויך נישט אז מ׳זאל זיי אויסהרגנ׳ן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 09, 2018 11:38 am

לדעתי, איז עס מעגליך צו מאכן ליטוואק פון בודאפעס אויס קאַפאַר. קודם אויף למעשה זאל ער אויפהערן מיט יין לשבת ויו"ט און מיט די היתר עיסקא געשעפטן. יא, מען וועט אים לאזן האבן זיין אייגענע בית דין פאר גיטן וקידושין, אבער נאך אלעם וועט ער מוזן זיין אונטערגעווארפן אונטער דינא דמלכותא ד'שאריא. מיר זעען נישט קיין פראבלעם פון האבן עטליכע ווייבער אבער א ברית פאר זיי איז גאר וויכטיג.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2672 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 09, 2018 12:28 pm

דיין ענטפער איז צו רעדען נערישקייטען?

ממנ"פ, אלס אידען איז עס זייער שווער צו לעבען אונטער אומשטענדען וואס לאזען נישט אונזער פרייהייט. אזוי איז נישט אזוי אייאייאיי, אבער כאטש האבען מיר א רעכט פון פרייהיט פון רעליגיע. ווען איינער קומט מיט א ווירדע אז מיר טויגען נישט און אונזער רעליגיע טויג נישט, איז עס א קאטאסטראף. אונטער שאריא, ווען א טאטע שטארבעט, זענען זיין קליינע קינדער גלייך אונטערגעווארפען די מדינה און מ'גייט זיי שמד'ן. מיט דעם קענען מיר לעבען? מ'וועט אונז טאקע נישט לאזען די ד' כוסות מיט קידוש און הבדלה, אבער צו דעם וועט בלייבען שווער צו האלטען אונזער מוסדות און אונזער גלויבונג. און דער עיקר איז, למעשה דארפען מיר אנקומען צו אנדערע. ווען מ'מאכט אן אפיציעלע זאך אז די מענטשען זענען אוממענטשען, וועט יעדער ריר זיין אזוי ווי די שווארצע אין אמעריקא. דער מעגליכקייט צו מאכען פרנסה וועט זיין נאך מער באגרעניצט, ווייל מיר וועלען זיין די אוממענטשען.

פון א וועלטליכע פערספעקטיוו, איז עס נאך מער א קאטאסטראף. קוק אן די אראבער זעלבסט, וואס מער פאנאטיש זיי ווערען, וואס ווייניגער קלוג און פארגעשריטען זענען זיי. אין טכנולוגיה און מעדיצין, אין וויסענשאפט און טיפקייט, זענען זיי אלס צוריק געשטאנען. פונדאמענטאליזם איז א חרבן פאר שכל. איינער וואס זעט נישט דינען אללא-ה אלס א תכלית, קען נישט לעבען אונטער אזא גאנג.

נאכאמאל, זיך רייצען מיט זיי איז זינלאז, מ'גייט זיי דאך נישט הרגנ'ן. מ'דארף זוכען זיי צו אסימילירען, און מ'קען עס טוהן מיט דער רוב פון זיי, וואס וועט צוריק האלטען די איבערנעמען. אבער צרות בלייבט עס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג מערץ 11, 2018 11:11 am

ביבער האט געשריבן:6 איז יעצט אויפן טעלעגראם טשענעל.

http://www.upfile.co.il/file/277675125.html
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מערץ 11, 2018 12:21 pm

א גרויסן דאנק @ריכטיג
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron