גלות יוד האט געשריבן:די באוויסטע טאגבוך (diary) פון אנא פראנק אין יודיש פאר ווער עס האט געדולד צי לייענען אלטע אידיש https://dl.dropbox.com/u/11585487/anna% ... 0diary.pdf
Espresso האט געשריבן:אויב זיכסטו זאלציגע טרערען דאן וואטש שינדלערס ליסט, איך האב געווינט ווי א בעיבי ווען כ'האב עס געוואטשט.
ברענגסט דאך עס אזוי גיט ארויס,איך האב אויך די קשיא יעדעס מאל איך ענדיג א פילם פון די צווייטע וועלט קריג,איך שטיי און איך ווינדער מיך פארוואס איז דאס גישעין,וויאזוי קען זיין א נארמאלער פאלק זאל זיך נעמען פאר א ציל פשוט און פראסט צו טויטן א גאנצע פאלק,מענטשן וואס זענען געווען נארמאלע סטאבילע מענטשן,מענטשן וואס האבן געהעריג געהאט א פעמעלי,מענטשן וואס האבן מחשיב געווען לייף,נישט אזוי ווי די אראבערס וואס שיקן זייער אייגינע מענטשן צו זייער טויט,ביי זיי איז לייף נישט ווערט וואס איז א חילק וועם מ'הארגעט א יוד צו להבדיל א אראבער.. אבער די נאציס ימח שמם זענען בכלל נישט געווען אזעלכע מענטשן.. וואס האבן שוין די אידן געטוען אז יעדע נאצי זאל ווילן אויסהארגענען א גאנצע פאלק???שרגא האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט ביכער? האט עפעס איינער א רעקאמענדאציע פון א גוטן האלאקאסט בוך מיר צו העלפן די מנהג צו לייענען אום תשעה באב עפעס וועגן דעם לעצטן חורבן? וויאזוי קען איך דען גרינגער ארויסשלעפן זאלציגע טרערן על עם ישראל אשר נפלו בחרב?
נאר איך ציטער שוין פון דעם נקמה געפיל וואס כאפט מיך אן יעדעס מאל נאכ'ן ליינען. אפילו מיין שכל טענה'ט צומאל אז די היינטיגע זענען נישט שולדיג, זענען מיינע געפילן נישט מסכים. כ'האב שוין אויך געזען וויאזוי מען פרובירט היינט פארשטיין די פסיכאלאגיע וויאזוי אזויפיל מענטשן קענען אויפאמאל ווערן איבערגעדרייט צו אזעלכע חיה'אישע רוצחים און עקספערימענטן וויאזוי א טורמע וועכטער קען ווערן אביוסיוו, אבער נאך אלעם קען איך דאס נישט פארשטיין און יעדעס מאל נאכ'ן ליינען הייבט מיין בלוט אן קאכן ווי זכריה הנביא'ס.
ווען מען לייענט און מ'ווערט אריינגעטינקען אין די פאקטישע סצענעס פון די בארבארישע גרוילטאטן און שרעקליכע פייניגונגען און רציחות, קען מיין קליין הערצעלע בשום אופן נישט פארשטיין וויאזוי א יומען ביאינג קען פיזיש אזוינס טון. נאכדערצו ווען מ'איז נישט אונטער קיין געפיל פון א מאמענטאלע כעס, פארטיידיגונג אדער געפאר. צו פייניגן און מארדן פרויען מיט פיצלעך זייגעדיגע קינדער אין זייערע הענט, וויאזוי די גיהנם טוט מען דאס? אזא בארבאריזם אויף אומבאהאלפענע, אויסגעמאגערטע, צעבלוטיגטע און פארוואונדעטע הויט-און-ביינער געשטעלן? און נאך אזוי סיסטעמאטיש, מיט א רואיגקייט,, נאך א גוטן פרישטאג, מיט א שמייכל, מיט סארקאזם, און דערביי שלאגן, האקן, פייניגן, שיסן, מארדן, פארגאזן, פארברענען. וויאזוי? איך פארגלאץ די אויגן אויף איין גרויליג בילד און עס איז גענוג אפצוטויטן מיינע געדאנקען. עס איז גענוג מיך צו פארעקלען פון דער מענטשהייט. זענען מיר טאקע בלויזע חיות? אדער אפשר נאך ערגער. זיי הרגענען כאטש אינסטינקטיוו צו האבן עסן, זיך פארטיידיגן אדער אן אנדערע סיבה, אבער נישט פון זייער אייגענע מין און נישט סתם פאר שוואוילטאג.
עס איז מיר צומאל באמת שווער צו לייענען און הערן פון אן איבערלעבער די ביטערע שילדערונגען מיט אלע לעבעדיגע פרטים? עס רייסט שטיקער. נאר אויב ער האט עס מיטגעמאכט, קען איך דען זיך אפרעדן אויפ'ן ליינען? אזויפיל מעג איך נאך טון פאר מיינע זיידעס. זיי האבן דאך געוואלט, גע'חלש'ט, מיר זאלן וויסן. וויל איך טאקע כאטש וויסן.
נו, הצעות? וועלכע האלקאסט ביכל האט אייך דאס מערסטע בארירט?
שרגא האט געשריבן:א דאנק פאר די הילף. רוב פון דא האב איך שוין געזען/געליינט, אבער נישט די "ניין רענצלעך", וועל איך עס טאקע מערצעשעם נעמען פון לייברערי.
משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.
שרייבער האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.
איך וויל פארשטיין, זענען דאס עכטע פילמס אדער נאר נאכגעמאכטע, פון איין זיט קוקט עס אויס עכט מיט די אלע אלטע מענשטן וכו' פון די צווייטע זייט, קודם דאס רעדן ענגליש מאכט עפעס נישט קיין סענס, ועוד כמה זאכן (און איך האב נאכנישט געזען די גאנצע)
שרייבער האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:איינער האט געפאסט אויף youtube די גאנצע פילעם ״אנטלויף פון סאביבאר״, די פילעם איז זייער דראמאטיש און טרויעריג.
איך וויל פארשטיין, זענען דאס עכטע פילמס אדער נאר נאכגעמאכטע, פון איין זיט קוקט עס אויס עכט מיט די אלע אלטע מענשטן וכו' פון די צווייטע זייט, קודם דאס רעדן ענגליש מאכט עפעס נישט קיין סענס, ועוד כמה זאכן (און איך האב נאכנישט געזען די גאנצע)
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט