פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

הודעהדורך טרויבן88 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:39 am

דאס זענען מאוויס איבער די צוויטע וועלט מלחמה, עס איז דא מער דאקומענטרי סטייל
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

ליסטע פון פילמס אויף נעטפליקס, אב תשע"ז

הודעהדורך סלינקי » זונטאג יולי 30, 2017 5:07 pm

דאקומענטעריס

'AUSHWITZ: THE NAZIS AND THE 'FINAL SOLUTION
די געשיכטע פון ​​די 'פיינעל סאלושען' עפאכע פון די האליקאוסט, איבערהויפט פון די מערסטע טרויעריג באקאנטע טויט לאגער, אוישוויץ. (6 חלקים)

EINSATZGRUPPEN: THE NAZI DEATH SQUADS

א זעלטענע דורכבליק אין די ראלע פון ​​די טויט סקוואדס באקאנט אלס "איינזעצגרופן", נאציס וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די מאסן מערדער פון אידן, ציגיינער און רוסישער ארעסטאנטן דורך שיסן, איידער די קאנצעטראציע לאגערן זענען געווארן די אפיציעלע מיטל פאר די הרוגות. (4 חלקים)

NUREMBERG: NAZIS ON TRIAL
היינטיגע אינטערוויוס, סצענעס פון די ארכיוון און דראמאטיש איבערגעשפילט, די סעריע דערציילט די געשענישן פון די נורעמבערג טרייעלס און די פראפייל פון דריי הויפט נאציס. (3 חלקים)

STEAL A PENCIL FOR ME
א ציענדע ראמאנטישע דאקיומענטערי פילם דורך אקאדעמי אווארד נאמאני מישעל אהייאן, אן עכטע געשיכטע איבער א פארפאלק וואס האבן זיך פארליבט בשעת'ן שמאכטן אין לאגער און צוזאמען האבן זיי איבערגעלעבט די גיהנום. עס ברענגט ארויס די כוח פון ליבע און די מעגליכקייט פון דאס מענטשליכע מין צו איבערקומען אומגעהויערע פּיין און ווייטאג.

THE SEVEN DWARFS OF AUSCHWITZ
א פאמיליע פון זיבן אידישע קארליקעס וואס האבן געלעבט אונטער די נאצי הערשאפט. וואס עס געשעט ווען זיי ווערן אנדעקט דערגרייכט אסאך ווייטער ווי מ'קען זיך נאר פארשטעלן. אקטיאר ווארוויק דייוויס דערציילט די געשיכטע פון ​​די אָוויץ משפחה, אַ גרופע פון ​​זיבן אינטערהאלטערס וואס זענען געווארן פארכאפט און, עווענטועל, גיני פּיגס צו די נאצי'ס מלאך המות דר. דזשאסעף מענגעלע ימש"ו און זיינע פינסטערע אבסעסיעס. ווארוויק'ס עקספאדיציע נעמט אונז צו מזרח אייראפע און פארשט אויס זייער מערקווירדיגע, אינספירירענדע געשיכטע פון ​​מענטשליכע שטארקייט.

NAZI CONCENTRATION CAMPS
שוידערליכע סצענעס פון די נאצי קאנצענטראציע לאגערן באלד נאכן באפרייען, באשטייט בעיקר פון הויפענעס טויטע קערפער הי"ד און לעבעדיגע סקעלעטענס. פרעזענטירט געווארן אלס עדות אין די נורעמבערג טרייעל.

THE LAST NAZIS
דאקומענטירט פארבליבענע לעבעדיגע מלחמה קרימינאלן, אולי די לעצטע געלעגנהייט צו רעדן צו די מענטשן און אויפדעקן די אימפאקט זייער עקזיסטאנץ האט געהאט אויף אנדערע.

מאוויס

THE BOY IN THE STRIPED PAJAMAS
די חורבן דורך א אומשולדיג קינד'ס אויגן. א אכט יעריגער דייטשע אינגל באקענט זיך מיט א קינד וועלכער לעבט אויף די אנדערע זייט פון דעם צוים נישט וויסנדיג אז ער איז א אידישער ארעסטאנט. כנ"ל.

NAKED AMONG WOLVES
א פילם באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע פון ​​א פאר'יתומ'טע בעיבי וואס ווערט אריינגעשווערצט אין בוכענוואלד קאנצעטראציע לאגער און די השתדלות פון די ארעסטאנטן אים צו באשיצן פון ווערן אויפגעדעקט ווען די לאגער'ס נאצי וועכטער ווערט געוואר פון זיין אנוועזנהייט.

WINTER IN WARTIME
דערציילונג וועגן א בחור אין נאצי-אקופירט האלאנד וואס ווערט געפריווט מיט פאמיליע לויאליטעט, ווייטאגליכע בחירות צווישן סעיפטי און קוראזש, און די ביטערע מציאות פון מלחמה.

SCHINDLER'S LIST
איינער פון די היסטאריש וויכטיגסטעע פילמען אמאל ארויס געגעבן, סטיווען ספילבערג'ס שינדלער'ס ליסט איז א מאכטפולע געשיכטע וועמענס לעקציעס פון מוט און אמונה זעצן פאר צו באגייסטערן דורות. געווינער פון זיבן אקאדעמי אווארדס כולל בעסטער בילד און בעסטער דירעקטאר, די אומגלויבליכע אמת'ע מעשה פאלגט נאך דעם עניגמאטישער אסקאר שינדלער (ליאם נעסאן), וועלכער האט געראטעוועט די לעבן פון מער ווי 1,100 אידן בשעת דעם חורבן. עס איז די נצחון פון איין מענטש וואס האט געמאכט א דיפערענץ און די דראמע פון ​​יענע וואס האבן איבערגעלעבט איינע פון די טונקעלסטע קאפיטלען אין מענטשליכע היסטאריע דורך זיינע פעולות.

RIPHAGEN: THE UNTOUCHABLE
א העכסט געקוקטער טריללער פון נידערלאנד וועגן אַ ברייט-באקאנטער האלאנדישער פאררעטער וואס האט געהאלפן די נאציס צוזאמברענגן אידן פון באהעלטעניש צו גנב'נען זייערע נכסים און איז פאראנטווארטליך אויף הונדערטער אומגעקומענע נפשות. א יוניק געשיכטע איבער די סארט צוזאמארבעט וואס האט געמאכט נאצי אקופאציעס אזוי סוקסעספול אין אייראפעאישע לענדער.

RUN BOY RUN
אן אכט יעריג אידיש אינגל אנטלויפט פון די ווארשע געטע און באהאלט זיך אויס צווישן די ביימער וואו ער נעמט אויסערגענליכע שריט צו איבערלעבן.

MASTERPIECE CLASSIC: THE DIARY OF ANNE FRANK
אין א צייט פון פיינטשאפט, גייט א פאמיליע אריין אין באהעלטעניש. ס'פארהאן א גייסט וואס מ'קען נישט צעברעכן. ס'פארהאן א קול וואס מ'קען נישט דערשטיקן. באזירט אויף די טאגבוך פון א אידיש מיידל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סלינקי אום מאנטאג יולי 31, 2017 9:08 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:09 pm
האט שוין געלייקט: 922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך חמלה גדולה » זונטאג יולי 30, 2017 5:46 pm

חמלה גדולה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 1041 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג יולי 30, 2017 5:54 pm

יי"כ "סלינקי, אבער ס'רוב פון דעם איז נישט דא בחנם.
אויף די אויבענדערמאנטער טעלגראם טשענעל וואס רופט זיך Collection of world war || movies איז דא א גרויס חלק פון דעם אויף היי רעז
ווי אויך אויב האט איר עמאזאן פריים זענען גאנץ א פאר דא חנם אין כסף, איינער פון די בעסטע פילם'ס "the pianist" איז דא דארט.
Escape From Sobibor קאסט מיר דארט אפאר דאלאר. זייער אן אינטערסאנטער פילם.

ויה"ר שהימים האלו וכו'
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

הודעהדורך סלינקי » זונטאג יולי 30, 2017 6:09 pm

כ'האב געשריבן אז דאס איז א ליסט פון וואס איז יעצט אוועילעבעל אויף נעטפליקס. כ'זע טאקע אויף טעפעטאלק קומט נישט ארויף די קעפל בעפאר די תגובה
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:09 pm
האט שוין געלייקט: 922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 31, 2017 5:36 pm

דאס מערסטע ארגיניעלע פילם מיט גרויליגע מראות הייסט warfile, nazi concentration camp, נישט געאייגענט פאר שוואכע הערצער.

עיני עיני ירדו מים.

ס'דא אויף עמעזאן פריים בחינם.

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

הודעהדורך גלויבער » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:19 am

איז דא א ''כשרע'' מאוויא (אן פרויען) פון די צוויטע וועלט מלחמה אהיימצוברענדען אין שטוב?
Be like a postage stamp; Stick to one thing until you get there
באניצער אוואטאר
גלויבער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:29 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:21 am

נישט וואס איך ווייס. ווארום ביים קריג האט מען ג'הרגט מער פרויען ווי מענער.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מאי 16, 2018 3:51 pm

איך האב אמאל געהערט אז עס זענען דא עכטע פילמען וואס די דייטשן ימ"ש האבן אפגעכאפט אין די טויט לאגערן, ווייסט איינער דערפון , און וואו מען קען עס זעהן.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג יולי 22, 2018 12:14 pm

the world at war איז לכאורה די בעסטע דאקומענטערי איבער די צווייטע וועלט מלחמה (26 עפיזאדן). אלעס באשטייט פון ארגינעלע מלחמה-פילם, און אינטערוויוס מיט די באטרעפענדע (בכללם הויכראנגיקע אמעריקאנער, בריטישע און נאציס).

די ערשטע דריי עפיזאדן געפונען זיך אויף יוטוב. די איבריגע קענט איר זען דא, מאכט זיכער צו קלויבען די וועלכע האבן אן 'HD' אינעם קעפל.





מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג יולי 23, 2018 10:32 am

קען זיין אז ס'איז אזוי-ווי אתרוגים אויף מוצאי שמחת תורה
אבער דא האט איהר א לינק מיט אן אינהאלט-רייכע סעריע פון האליקאסט שאוס
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 459 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מאנטאג יולי 23, 2018 6:09 pm

א שאד אז די אלע לינק'ס וואס מען האט ארויפגעלייגט זינט תשעה באב תשע"ב וועט די אשכול האט זיך געעפענט ארבעטן שוין נישט, אפשר קען איינער פון פריש ברענגן לינקס וואס ארבעטן אין צוויי טויזענט 18
ס'רוב פון די יו טוב ווידיאוס זענען שוין בלאאקירט, און די דראפבאקסעס זענען שוין ליידיג, ווי אויך די אלט באניצטע מיטלן פון מיטטיילן פיילס פירן אין באד
יישר כח למפרע
אחר כתיבת שורות אלו האב איך באמערקט נקודת האמת האט אונז אביסל פארגיטיגט
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט