"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 14, 2018 8:21 am

צו מיינע ברידער אין אמעריקע, אייראפא און אומעטום; רבנים, ראשי ישיבות ושאר ירקות:

דאס הארץ מיינער איז ווידער אנגעפולט געווארן מיט פרייד און שפאנונג לערענדיג די גינסטיגע נייעס אז בקרוב וועט אנהויבן שפילן אויף איזערלישע טעלעוויזיע נאך א סעריע איבער חרדי'שע אידן און איר לעבענסשטייגער. די סעריע "אוטונומיות" וועט ווי עס שיינט פון די טרעילער, פארציילן די פיקציע-געשיכטע פון א חרדי'שע אטאנאמיע זייט-ביי-זייט מיט די פרייע מדינת ישראל.

גאנץ א גוטע געדאנק.

מיין זעהל פייערט און מיין הארץ יובל'ט. דא, אצינד, איז אפשר
אפשר די צייט צו דאנקן דעם כל יכול פאר'ן אהער שטעלן היימישע סחורה די לעצטע פאר יאר אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל געווען. אנגעהויבן פון שטיסל, און צווישן אנדערע, געענדיגט מיט כיפת ברזל און שבבאניקים. "אוטונומיות" ווערט פראדוסט דורך יהונתן אינדורסקי, דער זעלבער פראדוסער פון "שטיסל".

קיין סך איז נישט איבערגעבליבן צו זאגן, בלויז ווארטס מיט שפאנונג און כן ירבו.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:16 am

שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 2382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2311 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:48 am

וואלווי האט געשריבן:שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט


אמת, זיי מאכן נאך The Handmaid’s Tale
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 468
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:03 am

לויט ווי איך פארשטיי וועט דער מעסעדזש פון די סעריע זיין אפצושרעקן דעם עולם אז די חרדים קענען אפשר איבערנעמען די רעגירונג און דעמאלס וועט זיין געפערליך וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אויב קומט בחירות וועט עס שוין אויך זיין אומזיסטע אדווערטייזמענט פאר לאפיד , וא"כ צ"ע וויאזוי חרדישע אידן קענען זיך פרייען מיט א זאך וואס וועט מרבה זיין שנאה צו זייערע ברידער באה"ק וצ"ע.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 463
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 5:26 pm

אויב די חרדים אין ישראל וועלען האבן גלייכע רעכטן ווי די פרייע, און וועלען גיין אין צבא און גיין ארבעטען וועט עס זיין די גרעסטע טובה פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:45 pm

שוין דא די ערשטע חלק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 436
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:44 pm

אויף טעלגראם דא
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 538
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:19 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף טעלגראם דא
דא קענט איר עס האבן אויפן לינק, פאר ווער ס'האט א פילטער אדער טעלעגראם,

אוטונמיות
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך סקרן » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:46 am

האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:58 pm

סקרן האט געשריבן:האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?

https://drive.google.com/file/d/1BCwGL2 ... p=drivesdk
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2135
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 6:54 pm

א באמבע פון א זאך.
סיי די ענינים וועלכע זיי בארירן, די מצבים, די פיגור'ן, און רעדן אידיש?!... דאס איז א גוטס.
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך נעגעל וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:41 pm

יא יא, געוואלדיגע נייעס!
די מעשה איז באמת דראמאטיש און העכסט אינטערעסאנט בפרט פאר אנשי שלומינו.

אויב קריטיק; איך ווייס נישט פארוואס איך האב עפעס נישט "געשפירט" די דראמא. אולי ווייל עס איז פיקציע במילואו. אי ווייל א חלק פון די קערעקטערס פרצופים איז מיר שוין באקאנט פון אנדערע פילמ'ס. עס קוקט אויס ווי עס איז דא אן ערנסטע מאנגל אין שפילערס בארצינו הקדושה.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 538
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:57 pm

דאס איז די ערשטע מאווי אויפן אידישן שפראך (ווי די אקטיארן קעדן אפט מאל אידיש)?
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:36 pm

ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך פורים קטן » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:57 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...


גראדע איז עס "דער איד", נישט "דער בלאט", אבער איך מיין אז די אקטיארן האלטן פון ביידע אייניג
פורים קטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:45 pm

גראדע האב איך אמאל געטראפן 'דער איד' אין די 'דירת המערות' אין חברון...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:07 am

געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
אויב די וועלט וועט חרוב ווערן בימי וועל איך איבערצייגט ווערן אין דעקארט'ס אנדערסטענדינג פון די מאמר חז"ל: כל העולם לא נברא אלא בשבילי. און ס'קוקט נישט אויס ווי אזא ווייטע פאסיביליטי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3065
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2659 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:01 am

בד"וו איך האב אנגעקוקט דאס אז דער רבי ווארפט אריין אז ער לערנט די ספרים, אלס א זייטיגע קרישקע, נישט עפעס ספעציעל, ער האט בעיקר געוואלט צוקומען אז מ'זאל ראטעווען זיין אייניקל, און דעריבער האט ער זיך באדאנקט פאר'ן גנב פאר זיינע פריערדיגע לייסטונגען.
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:04 am

ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:52 am

טאמבל סאס האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט פארדעם צוקומען צו אוטונומיות?? דא אין אמעריקא איז געוועהן (אדער נאך אלץ דא) א TV שאו וואס האט געהייסן (אדער הייסט נאך אלץ) blue bloods, און דארטן האבן זיי קלאר געוויזן אז א רבי האט א מיידל חבר'טע (גיר"ל פרענ"ד בלע"ז), דאס זענען אונזערע פאלשע מנהיגים, פאר אונז זאגן זיי אז מ'טאר נישט האבן א מיידל חבר'טע, און זיי אליינס האבן יא, שומו שמים!

אזוי אויך אויף כיפת ברזל זעהט מען בפירוש ווי נישט שיין די וויזניצע ראש ישיבה פירט זיך אויף צו א טאטע וואס זיין זוהן איז געגאנגען אין מיליטער, אבער ווען זיין שוואגערס זוהן גייט אין מיליטער זאגט ער גארנישט, דאס זענען אונזערע מנהיגים!

אויך אויף שבאבניקים זעהט מען קלאר ווי נישט שיין א ראש ישיבה פירט זיך אויף צו די בחורים, ער לאזט זיי אפילו נישט נעמען קיין ווארעמע שויער און ער ווארפט ארויס בחורים נאר וועגן זייער ספרד'ישן אפשטאם, ממש א פחד!

די מנהיגים פון די מאווי'ס און TV shows זענען ממש געפערליך
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 436
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:26 pm

סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2755
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6986 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6170 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:29 pm

הוגה האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 436
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:33 pm

די רבי'ס גבאי הייסט דב נבון און ער איז הרב בלוך אויף שבאבניקים
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 436
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:58 pm

יהודי פשוט האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל קוק נאכאמאל און הער זיין שטימע
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה איך בין 90% זיכער ער האט דארט געעקט
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים זיכער זיכער יא
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך אברך משי » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:01 pm

ברוידא איז נישט קיווע
און דער רבי איז נישט שלום שטעסל

דער רבי'ס טאכטער איז געווען אויף סרוגים אלס הודיה ברוכין - די אפגעפארענע מיידל וואס פארליבט זיך אין א פרייע בחור. זי הייסט טלי שרון
אוי געוואלד! די שווערסטע זאך מסביר צו זיין פאר א שוטה, אז ער איז א שוטה!
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

נעקסט

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט