עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:19 am

טרויבן 88: דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה. אפילו א ביסל סארקאסטיש...! איך פערזענליך ווער נישט געשטערט אז פרויען גייען צו הצלה קאללס פאר פרויען. כאטש עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שום פארלאנג פאר דעם. ווילאנג זיי זענען פראפעשיאנאל. און דאס וואס קאך לעפל ווערט געשטערט אז מרס. פרייער מאכט נישט קיין אייער שפייז מיט געדינצסטע צוויבל (כלשונו) פאר איהר אויסגעהונגערטן מאן, איז נישט קיין ראיה אדער א טעם לסתור. איך בין זיכער אז איהר מאן איז נישט אזא בטלן אז ער קען זיך נישט מאכן אליינס אן אייער שפייז (מיט, אדער אן צוויבל) ווייל אפילו איך קען עס באווייזן. איך האב מיך עס נאך אויסגעלערנט אלס בחור. ווייל מיין מאמע איז געגאנגען ארבעטן...!

די מענטשן? וועלכע ווערן געשטערט אז פרויען פיהרן אן אן ארגאניזאציע און זענען מצליח מיט עפעס, זענען א ביסל פינסטערע, שווארץ-מאה'ניקעס. פון וואס ס'איז ב"ה דא בשפע אין די סאטמאר'ע קהילה. ס'דא נארמאלע, געסעטלטע מענטשן אויך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7764 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:20 pm

ערעב בערל

ס'איז נישט קיין איין איינציגער אין די קאמיונטי וואס שטערט אז פרויען פיהרן אן א מוצלחדיגע ארגענעזאציע דאס איז א גענצליכע שטרוי-מאן. ס'איז דא עטליכע ברייטפארצווייגטע ארגענעזאציעס וואס פרויען פיהרן אן לדומא ביקור חולים וכו' וואס קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.

דער עולם האט א פראבלעם מיט מרת פרייער'ס אגענדע, און דאס איז שוין יא א אישו.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:35 pm

צו זאגן אז קיינעם שטערט נישט איז נישט אמת, עס זענען דא זייער אסאך ביי אונז וואס זייער בליק אויף פרויען איז אזויווי דער בדחן וואס האט חוזק געמאכט פון עזרת נשים, אבער וואס איז אמת איז אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מען שטערט זיי, די איינציגסטע וואס שטערן עזרת נשים איז הצלה, און זיי וואלטן פונקט אזוי געשטערט סיי וועלכע מענער ארגענעזאציע וואס וואלט געקענט זיין עפעס קאמפעטישן מיט זיי.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 463
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:35 pm

סתם בד' צחות. ס'איז דא אסאך מאל נעמען וואס איך וואונדער מיך אויב שמא גרים. ווי למשל כהן, איזרעאל, אשכנזי. יעצט טראכט איך אפשר אויך פרייער.
אויב די וועלט וועט חרוב ווערן בימי וועל איך איבערצייגט ווערן אין דעקארט'ס אנדערסטענדינג פון די מאמר חז"ל: כל העולם לא נברא אלא בשבילי. און ס'קוקט נישט אויס ווי אזא ווייטע פאסיביליטי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3065
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2659 מאל

הודעהדורך בן ישי » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 5:43 pm

אונטער חכם האט געשריבן:צו זאגן אז קיינעם שטערט נישט איז נישט אמת, עס זענען דא זייער אסאך ביי אונז וואס זייער בליק אויף פרויען איז אזויווי דער בדחן וואס האט חוזק געמאכט פון עזרת נשים, אבער וואס איז אמת איז אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מען שטערט זיי, די איינציגסטע וואס שטערן עזרת נשים איז הצלה, און זיי וואלטן פונקט אזוי געשטערט סיי וועלכע מענער ארגענעזאציע וואס וואלט געקענט זיין עפעס קאמפעטישן מיט זיי.

איך הער כסדר מענטשן זאגן אז הצלה שטערט איר, קענסט ווייזן ווי הצלה האט אמאל גערעדט א ווארט וועגן איר? וואס האבן זיי געטוהן? בסך הכל האבן זיי איר נישט אנגענומען און ס'איז מסתבר אז זיי זענען נישט צופרידן מיט איר ספעציעל ווען זי הערט נישט אויף האקן אויף זיי (און נאכדעם וואס זיי דארפן אויפקלינען קאלס נאך איר...) אבער זיי שטערן איר? זי האט קלאר געזאגט אזוי...
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 7:03 pm

ניין. זיי רעדן גארנישט קעגן הצלה, נאר אז זיי וואלטן אויך געדארפט אריין נעמען פרויען. איך האב עס שוין אסאך מאל געהערט פון זיי. פון די אנדערע זייט, האב איך שוין יא געהערט פון גרויסע הצלה מעמבערס ווי זיי בארעדן געפערליך עזרת נשים כאטש וואס ביי א פרויען פאציענט מאכן זיי קודם זיכער אז יענער האט נאכנישט אויספראבירט עזרת נשים.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:30 pm

אויף די Movie ברענגט זי עטליכע דוגמאות אין עדות וואס הצלה טוט קעגן איר
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:42 pm

גבריאל ציננער איז איינער פין דריי דיינים אין עזרת נשים.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:32 pm

אפטעמיסט: דאמאלס שטייען זיי גוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12169
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7764 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:11 am

די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9354 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:44 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18

שוין, אז זיי ווילן אזוי שטארק... נו, אסאך הצלחה.
לבי ובשרי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 7:13 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18
שכח, דא לייג איך ארויף די ווידעא פאר די וואס קענען עס נישט זען אויפן זייטל

ווידעא
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

Re: עזרת נשים אפטיילונג קומט ארויס מיט א מאווי 93Queen

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 1:13 am

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פונעם ווידעא און די אלע נושאים פון וואס מען רעדט ארום דארט, זייער אינטערעסאנט צי זען די פילע פארבן וואס כלל ישראל האט און יעדער מיט זייער מחשבות, טייל זענען אזוי ווייט אוועק פון חרדיזם אז זיי קענען נישט פארשטיין געוויסע מושגים, אינטערעסאנט צי וויסן אביסל מער די היסטאריע ווען פרויען זענען ארויסגעפלויגן פון הצלה אינגאנצן, פארוואס דיספעיטשארס פרויען זענען אויך געפלויגן וכו' ברוך השם פאר אזא קאמפיין ווי פרייער וואס האט נישט פארלאזט די קאמיוניטי און יעצט פאר אין די סיסטעם צי מאכן בעסער די פלאץ, זאל זי זיין א וועג ווייזערין פאר אנדערע צי זען אז טויש קען קומען פון אינסייד
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:09 pm

טרויבן88 האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פילם איז יעצט אוועיליבעל בחינם אויף PBS
https://www.pbs.org/video/93-queen-38naw1/
Expires: 09/30/18
שכח, דא לייג איך ארויף די ווידעא פאר די וואס קענען עס נישט זען אויפן זייטל

ווידעא


אזוי ווי מחמת כמה סיבות שאינן מובנות קען איך נישט עפענן דעם לינק געברענגט דורך הרב הנכבד טרויבן88, דארום ווער עס קען א טובה טוהן און עס ארויפלייגן אויף גוגעל-דריוו, וועל איך זייער דאנקבאר זיין, און ער וועט גורם זיין אז א' מאנ"ש ואשתו זאלן האבן וואס צו קוקן מוצ"ש לכבוד מלוה מלכה.

זאל אייך גאט בענטשען.
נחום הסופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט