פיקציע - שרייבען און ליינען

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3419 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9042 מאל

פיקציע - שרייבען און ליינען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין לאנג באמערקט אז פיקציע איז נישט צו פיל איינגעגלידערט אין די אידיש רעדענדיג ציבור. די אלגעמיינע (אומאפהענגיגע) אויסגאבעס גיבען זיך נישט אפ מיט דרוקען אפיציעלע פיקציע (מוצ"ש מעשה'ס זענען עפעס אנדערש), און דער עולם עקספעקט עס נישט. אין דער וועקער איז די פיקציע די ווייניגסטע ארום גערעדטע טעמע, און אין שטיבעל ווערען אזעלכע אשכולות שנעל געזינקען צום לעצטע פעידזש פון די אקטיווע אשכולות, אומבאמערקט און אומבאצייכענט.
ביי די ענגליש רעדענדיג ציבור פון חרדים איז עס אבער נישט אזוי. יעדער אויסגאבע מוז האבען א פיקציע ביילאגע פאר יו"ט, און יעדער וואך דרוקען זיי עפעס א מעשה פון די לאנגווייליגע פרויען וואס וואוינען אין א"י און דארפען אהיים ברענגען א פאר דאללאר צו ווייזען פאר דער טאטע וואס האלט זיי אויס פון אמעריקא אז זי ארבעט אויך אביסל. עס איז גאנץ פרימיטיוו, עפ"י רוב, און עס קומט נישט צו צו די לייבען פון וועלטס פיקציע, הן די אידישע און הן די וועלטליכע. אבער עפעס איז עס. עס איז אויך בעיקר געווידמעט צו ווייבער, און די מעשה'ס זענען אלע מיט ווייבער וואס ספראווען זיך מיט פרויערישע זאכען, ווי שוויגער\שנור אנגעצויגענקייט און קינדער ערציאונג פראבלעמען.
יעדער שרייבער, ווען ער גייט אין סקול צו לערנען שרייבעריי, ווערט געהייסען צו שרייבען וואס ער קען, מעשה'ס פון זיין אייגענע היסטאריא. דעריבער זענען די אלע מעשה'לעך געבויט ארום א שוויגער מיט א שנור, א גביר מיט אן ארימאן, צו א בחור וואס מוטשעט זיך אין ישיבה. די שרייבערס זוכען אויך, עפ"י רוב, אויסצומוסר'ן דער עולם, מיט די געשיכטעס זייערע, און דעריבער איז עס אפט אומאיינגענעם. למשל, משה גרילק, דער רעדאקטאר פון דער משפחה מאגאזין, האט אפיציעל מודה געווען אז א חלק פון זיין ציל אין זיין פיקציע ביכער (וואס ער שרייבט אונטער די נאמען חיים אליאב) איז ארויס צו ברענגען נקודות און מוסר וואס מ'קען נישט אין אן אלגעמיינע ארטיקל אין צייטונג. אמאל נעמען זיך די שרייבערס דרשנ'ן אין די מעשה, כאילו איין מענטש רעדט צו א צווייטע די דברי מוסר, אבער מיינען מיינט ער דער ליינער, און מ'קען פילען ווי איינער מישט אין דיין געדערעם בשעת'ן ליינען.
דאס איז אלס פיין און וואויל, און זיכער בעסער ווי א מוסר שמועס אין פנים אריין. אבער די חכמה פיקציע ערהאלט אסאך מער ווי דעם. א חלק פון חכמה איז דער קענטעניס צו קענען האלטען און דערגייען א מציאות איידער דאס צו משפט'ן. דאס איז א יסוד גדול אין חכמה, ווייל ווען מ'קען דאס נישט טון, טוט די משפט פארדרייען די פאקטען און מ'ארבעט שוין נישט מיט קיין עמטליכע פאקטען. ווען א שרייבער קען ארויס שרייבען ריכטיג און קלאר די מענטשליכע ערפארונג, געפילען און איבערלעבעניש'ן, אן צו מוסר'ן און אן צו געבען דעות וואס מ'וואלט געדארפט טון און וואס מ'קען דערפון ארויס לערנען, וואלט דער ליינער בעסער פארשטאנען זיין אייגענע לעבען. דערנאך קען ער קלערען וואס צון טון און משפט'ן, אבער נאר ווען די בילד איז ארנטליך פארמירט פון פאראויס.
און די שעפערישקייט פון קענען אויבשרייבען געפילען און באמערקען שטריכען פון לעבען קען נישט פארוואנדעלט ווערען אין א מוסר שמועס. דעמאלס לאזט מען נישט די דמיון פירען ווי עס גייט און דער מענטש דרוקט זיך נישט ארנטליך ארויס. אוודאי איז דער גלויבונג אין די 'פרייהייט פון קונסט' אן אויבער גלויבונג און עס איז ריכטיג אז מ'זאל עס צענזארירען ווען עס איז קעגען מאראלען און אונזער תורה, אבער פון דארט ביז נישט לאזען אנצינדען די שעפערישקייט אין אנהייב איז נאך דא א ווייטער וועג.
די כלל מיט ליינען פיקציע איז אז וויבאלד די מעשה איז עמטליך נישט געשען, דעריבער איז יעדער חלק פון די מעשה דארט פאר א סבה. די שרייבער האט צוגעלייגט די פינגער צום שרייבמאשין, די פענע צום פאפיר, פאר עפעס א טעם, ער האט געוואלט עפעס אויסרעדען דערמיט. אמאל איז עס א הקדמה צו פארשטייען די כאראקטער פון די העלדען פון די געשיכטע, אמאל איז עס אוועק צו שטעלען די גוסטע פון די פאסירונג, אמאל איז עס מרמז צו א געפיל וואס דער מענטש האט געהאט בשעת מעשה, אבער אייביג מיינט עס עפעס.
א גוטע פיקציע שרייבער ווייסט אז מ'דארף עפעס ארויסלאזען פון די מעשה. מ'טאר נישט אויסשרייבען די גאנצע געשיכטע, מ'דארף לאזען דער מענטש עפעס כאפען אליינס. דאס איז א גרויסע טעות וואס אסאך היימישע שרייבער מאכען, בפרט די איזראעלישע. זיי שרייבען אויס די געפילען פון דער מענטש, און יעדער האט געוואלט וויינען, יעדער הארץ סטרונע איז געצויגען געווארען, יעדער ווייסט שוין נישט וויאזוי ער\זי גייט עס איבערלעבען, מ'נוצט די אלע קלישעס אויף אמאל און עס לאזט זיך נישט אליינס טראכטען און פארשטייען.
די חכמה פון א גוטע פיקציע שרייבער איז דאס קענען אריין ברענגען די ליינער אין די מעשה, ווי ווייט עס וועט נאר זיין. יעדער קען שרייבען פון א יונגערמאן אין ב.פ. וואס גייט ארבעטען צו פרי און שלאפען ביי נאכט. די חכמה איז צו שרייבען א מעשה פון פינף הונדרעט יאר צוריק און מאכען דער ליינער פילען אז ער איז דארט בשעת מעשה. דאס איז די חכמה פון science fiction, ווי דער שרייבער טוישט איינציגע פון די וועלטס געזעצען מיט וואס דער פיזישע לעבען גייט אן, און אין אזעלכע אומשטענדען לעבט דער מענטש מיט זיין הרגשים און גלויבונגען. איינער פון די פאפולערסטע פון די גענר"ע איז אייזיק אסימאוו, א איד. ער האט פיל ביכער געשריבען אזוי, און עס איז זייער אינטרעסאנט פאר די וואס גלייכען אזעלכע זאכען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר