אומגלויבליכע ארט: מיקראסקאפישע אויסשניצונגען (בילדער)

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

אומגלויבליכע ארט: מיקראסקאפישע אויסשניצונגען (בילדער)

שליחה דורך יידל »

(ביטע אנטשולדיגן פאר די טעותי הדפוס, איך שרייב פון א טעלעפאן)

הוויליארד וויגאן איז א מייקראסקאפישער ארטיסט. אין פאקט‚ *דער* מייקראסקאפישער ארטיסט. וואס איז דאס א מייקראסקאפישער ארטיסט און ווער איז וויליאם וויגאן?
. וויליארד איז דיסלעקסיש‚ און אלץ קליין קינד פלעגט מען אים רודפ'ן אין שולע. נישט האבנדיג חבירים און נישט קענענדיג ליינען אדער שרייבן האט ער זיך אינעם יונגען עלטער פון 5 אויסגעלערנט צו שניצן. ער פלעגט זיך אויסגעבן מיט אויסשניצן גאר קליינטשיגע סקולפטורס ווי "הייזער" פאר מוריטשקעס. ווען ער איז עלטער געווארן האט ער באשלאסן ארויפצוגיין א שטאפל אין מאכן די סקולפטורס אזוי קליין אז מען זאל זיי נאר קענען זעהן אונטערן מיקראסקאפישער לענס.

די טעכניק וואס וויגאן נוצט צו מאכן זיינע סקולפטורס איז עפעס וואס ברענגט ארויס גרויס וואונדער סיי אין די מעדעצינישע וועלט‚ און סיי אין די וועלט פון ארט. עס גייט בערך אזוי: וויליארד גייט אריין אין א מעדיטאציע וואס פארשטייטערט זיין הארצקלאפענישן צו א מינימום‚ און עס מאכט אים אויך כמעט ווי אומבאוועגלאז מיט א גאר שאטרקען קאנטראל אויף יעדען מינדעסטען ריר, און צווישן איין הארץ קלאפ און צווייטען שניצט ער. ער טענה'ט אז צומאל שטויסט ער זיך אן אין א "הארט" שטיקל אמד אדער שטויבל וואס לאזט זיך נישט גרינג שניצן, לייגט ער צו דעם קליינטשיגן מעסערעל (וואס, אגב, ער לאזט דאס מאכן קאסטום) צום שטויבל און די ציטער וואס זיין האנט געט ווען דאס הארץ קלאפט דינט ווי א "דזשעק האמער" אויפן שטויבל... צו פארבן די סקולפטארן נוצט ער א האר פון א טויטע פליג. "איך הרג'ע זיי אבער נישט", זאגט וויליארד. "איך ווארט ביז א פליג שטארבט ביי מיר אינדערהיים און דערנאך נוץ איך זיינע האר"... דאס הייסט נישט טשעפען א פליג אויפן וואנט. אט האט איר בילדער פון זיינע ווערק, ס'רוב פון זיי אין די 'אויג' פונעם נאדל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר