די וואונדערליכע מרת מעיזעל

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

די וואונדערליכע מרת מעיזעל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אלס זעלבסט געקרוינטער ארט און קינא קריטיקער דא אויף קאווע שטיבל וויל איך הויך רעקאמענדירן די אמאזאן שוי "די מארוואלאס מרת מעיזעל".
די געשיכטע דערציילט די לעבנס ערפארונגען פון א אידישער יונגער פרוי אין וועסטסייד מאנהעטטען, אין די 1950'ער יארן.
די סקריפט, די כאראקטערן, די קליידונג, די פראפס, די הומאר, איז שניידענד און אטעמפארכאפנד. קיין וואונדער אז די שוי האט געווינען אייניגע עממי אווארדס.
אויב גלייכן מיר אלע א גוטע פילם אדער שוי איז ווי געשמאקער ווען עס דערגרייכט צו אונז אהיים און בארירט (עכ"פ עטוואס) דעם אידישן כאראקטער און לעבנסשטייגער.
די שוי איז אן אמאזאן אריגינעל און דאס צו קענען זען דארף מען זיין א פריים מעמבער, די אלע וואס האבן דאס שוין געוואטשט, אדרבה ואדרבה, קומט אריין מיט אייערע קאמענטארן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר