Masterclass

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

Masterclass

שליחה דורך סאנטיאגא »

מעסטערקלעס איז א זעלטענע המצאה וואס נעמט צאם עקספערטן אין פארשידענע אינדוסטריס ווי ,food, filmmaking, science, economics music production ועוד און נעמט דעם תלמיד אויף א באלערנדע שפאציר אינעם פעלד. די כאפ איז אז ס'איז נישט סתם נאך א גוטזאגער מיט אפאר הונדערט טויזנט סובסקרייבערס אויף יוטוב, נאר דער שטערן אליין, דער success story אליין טיילט מיט זיינע/אירע איבערלעבענישן איבער די נושא, זאכן וואס זיי שעירן נישט סתם אזוי אויף אינטערוויאס, און לדעתי האט דאס גאר א צווייטע דערהער. אין עקטינג געט Samuel Jackson דעם שיעור, אין סייענס Neil deGrasse Tyson אין movie score דער בארימטער מייסטער Hans Zimmer ס'איז לאו דוקא דער קעניג אין דעם ספעציפישן נושא, אבער די פוינט איז זיי נוצן נאר ברענדס. ס'האט איבער 80 קלאסן און ס'קאסט 190 דאלער א יאר מיט טעקס.

יעצט איך האלט נישט אז אויב וויל איינער זיך לערנען צו ווערן א שרייבער למשל, וועט ער זיין א פארטיגער שרייבער נאכן נעמען דעם קלאס, אבער אז איינער זוכט אויסצושארפן דעם קאפ, זיך אנפילן מיט ידיעות איבער א נושא, האלט איך איז עס ווערט אלע געלטער. איך נוץ עס און כ'האב נאכנישט קיין חרטה געהאט דערפון, די עיקר מעלה דערפון איז אז ס'איז געפילמט אין אזא סארט וועג אז ס'איז משוגע personal דו פילסט ווי דו ביזט מיט יענעם אין איין צימער, ווי אויך איז עס היבש cozy מ'קען זיך אריינלייגן אין בעט און לערנען... זיי ברענגען אויך אריין students ס'זאל געבן דעם רבי-תלמיד אינטערעקשן, און מ'קען פיל נאשן דערפון.

נאך א מעלה וואס כ'טראכט איז, אמאל קען מען צאלן פאר א אנליין סקול און מ'קען זיך שטערבליך אפבריען, דא קומען זיי דיר נישט זאגן טוה דאס און דאס, און נאכדעם שטעלט זיך ארויס ס'איז געווען א סקעם, ער זאגט דיר דאס און דאס איז וואס איך האב געטוהן און דו קענסט מחליט צו זיין צו ס'איז דיר נוגע, און עס עפלייען עקארדינגלי. זיי זענען אויך זייער אויפריכטיג, וויאזוי זיי האבן זיך געלערנט פון טעותים אא"וו משא"כ אין א געווענליכע קלאס מאכט מען עס אפטמאל אויסקוקן גלאנציג און גרינג און צום סוף איז עס געווען א שאד די צייט. אבער ווי געזאגט דאס איז נישט די ארדינערי לערן פראגראם, נאר ענדערש א קלארערן בליק אריין אין א נושא.

כ'האב געקלערט אז ס'איז נישט קיין שלעכטע געדאנק זיך אויפצוסיינען יעצט אין אזעלכע ענגע צייטן ווען מ'זוכט וואס צו טוהן פאר איינער וואס איז הונגעריג פאר נאלידזש. אויב האט איר שוין אמאל גענומען א קלאס טיילט מיט די ליינער אייער מיינונג
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר