דער חסידישער גראפיטי ארטיסט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

דער חסידישער גראפיטי ארטיסט

שליחה דורך טיכטיגער »

קונסט האט געמאכט א שיינע צוריקקער ביים היימישן אלט, אמאל האט מען חוץ דעם באבעס "גאבליין" אדער א טיפישע געדרוקטע כאיל תערוג בילד ווי א הערש שטייט ביים טייך און טרינקט וואסער... אבער פונקט ווי היינט פארשטייט מען מער צו גוטע וויינען, פיינע מוזיקאנטן, חזנות האט געהאט א שטיקעלע תחיית המתים, אזוי אויך האט קונסט אנגעהויבן ציען דאס נייגער ביי אסאך.
ס'היינט פארהאן אסאך חסידישער מעלער, וועלכע מאלן און צייכענען הערליכע בילדער, פאטרעטן און נאך, אבער גראפיטי-ארט איז אלץ געווען מער פאר היפסטער און אן אומבאקאנטע פאפ-ארט. אין די לעצטערע יארן האט אבער א חסידישער ארטיסט געמאכט א טויש אין דעם פעלד.

א ראביי בייטאג און אן ארטיסט ביינאכט
יצחק מואלי, איז א חסידישער אינגערמאן, א חב"ד'סקער חסיד, וועלכער דינט אלס א שליח-חב"ד אין בעסקינג, ניו דזשערזי. ביינאכט און אין זיין פרייע צייט דינט ער אלס א פאפ גראפיטי ארטיסט, וועלכער באצירט די גאסן מיט תוכנ'דיגע און אויגפארכאפנדע גראפיטי-מאלערייען.

יצחק, איז געבוירן אין אויסטראליע, צו עלטערן בעלי תשובה, געוועזענע היפסטערס. אלס קינד פון פינף יאר אלט האט זיך זיין משפחה געצויגן קיין קראון הייטס, וואו ער האט געלערנט אין די ארטיגע מוסדות. אויפוואקסנדיג אין א שטוב פון געוועזענע היפסטערס, איז ער באקענט געווארן מיט פיל מער קאלירן ווי דער טיפישער חסידישער אינגל... און היינט צוטאגס ניצט ער דעם מיזוג פון היפסטער קאלירן מיט חסידישע תוכן, און תוצאות זענען הערליכע מאלערייען אויף די ווענט.

ער מאכט "אוט אוו די באקס" סטיל מאלערייען מיט 'פאנקי' קאלירן.

נאך די דזשערזי סיטי טעראר-אטאקע האט ער געמאלן א הערליכע מנורה, אריינצושיינען ליכטיגקייט אין די טינקל, און יעדע נאכט האט מען צוגעמאלן נאך א לעכטעלע.
בייגעלייגטע פיילס
We+all+belong+resized (1).jpg
35114510_1923124071052565_328465582535999488_o.jpg
47326430_2182250595139910_6953964231645462528_n.jpg
81551023_2901048626593433_1521707179260772352_o.jpg
moully-art-mural+(3).jpg

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר