די פאנטאסטישן Squid Game סעריע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8497 מאל

די פאנטאסטישן Squid Game סעריע

שליחה דורך שמן למאור »

נעכטן איז אויסגעטיילט געווארן אויסצייכענונגען פאר די בעסטע פילמס פון 2021, צעווישן די פאר וואס האבן באקומען די באלוינונגען, זענען געווען אקטיארן פונעם באקאנטן טעליוויזיע סעריע squid game

די סעריע squid game איז געמאכט געווארן אין קארעא, און איז אויף זייערע שפראך מיט זייערע אקטיארן, (south Korea) עס איז אבער געווארן אזוי פאפולער אז עס איז געווארן subtitled אין 31 שפראכן, און געווארן געדאבט (דהיינו ארויסגענומען די ארגינעלע שפראך און אריינגעלייגט א נייע) אויף 13 שפראכן, און עס איז געווארן פארשפרייט אויף בערך 90 לענדער איבער די וועלט, מיט מורה'דיגע סוקסעס, עס איז דא וואס זאגן אז די שוי האט ממש געראטעוועט די Netflix stock, נאך וואס עס איז שטארק געפאלן ביז די סעריע איז ערשינען (נאך וואס ר' אפרים וואקסמאן האט גערעדט דערקעגן... :lol:)

באמת האב איך עס שוין געזען בשעתו ווען עס איז ארויסגעקומען, אבער איך האב עס די וואך איבערגעקוקט, און עס האט מיר נאכאמאל אינגאנצן פארגאפט, אזש איך האב איבערגעלאזט אנדערע פירן די מלחמה דארט צעווישן רוסלאנד און אוקריינע פאר עטליכע מינוטן ביז איך וועל ענדיגן אפשרייבן די פאר שירות

די מעשה איז גאר עפעס אנדערש פון סיי וואס איך האב געזען ביז היינט, עס איז נישט די טיפעקל מעשה ווי די שלעכטע גרופע פראבירט חרוב מאכן די וועלט, און די גוטע גרופע שלאגט זיך מיט זיי, בשעת עס פליען קארן פון די הימל, און מען שיסן הונדרעט מענטשן אויפאמאל מיט גרויסע עקפלאזיעס, און די שטארקע חברה שלאגן זיך איינע די צווייטע מיט די פויסטן, און אין די לעצטע רגע ווערט אלעס מסודר וכ' וכ' וכ' ניין.. גאר עפעס אנדערש

עס האט מיר דערמאנט פון די דראמאטישע יאיר וויינשטאק פאנטאסטישע פעירי טעילס וואס איך האב געליינט אלץ קינד, נאר דאן האב איך עס געדארפט אויס'משל'ן אין קאפ, און דא זע איך עס לייוו,

בקיצור הדברים, (גייטס עס וואטשן, היילי רעקעמענדעט, איך וויל נישט ארויסגעבן די סודות פארן זעהן) איז די מעשה איבער א גרופע פון איבער 400 מענטשן וואס זענען אין א שווערע פינאנציעלן מצב, און 'איינער' רוקרירט זיי צו שפילן 'קינדער שפילן' צו געווינען אסאך געלט
מען נעמט די מענטשן 'שלאפעדיגעהייט' צו א אימבאקאנטן אינזל, ווי עס איז למעשה דא טויטליכע קאנצעקווענצן, מיט פארמאסקירטע פארשוינען,
צום סוף בלייבט נאר די געווינער ביים לעבן,

עס איז גראפיש און האט בלוט וכדו', און איז נישט געמאכט פאר יעדעם איינעם

די באקאנטע יוטובער Mr beast האט אפילו געמאכט א ווידיא ווי ער מאכט נאך די צענעס פון די סעריע, ביידע (סיי די ארגינעלע סעריע און סיי די ביעסט ווידיא) האבן באקומען איבער 100 מיליאן views און די ערשטע פאר וואכן נאכן ריליסן, און עס איז די מערסטע געקוקטע שוי אויף נעטפליקס,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר