The Rehearsal - Nathan Fielder

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתימת זקן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

The Rehearsal - Nathan Fielder

שליחה דורך חתימת זקן »

עס איז דאָ אַ קאַנאַדישער אידל מיט׳ן נאָמען נתן פילדער, ער פאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיגען חוש פון הומאָר וואָס גרעניצט זיך מיט ריין גאונות.

ער איז אַ נאַטורליכער פּראָוואַקאָטאָר מיט אַ טיפ׳ן פאַרשטאַנד אין פּסיכאָלאָגיע וויאַזוי צו מאַניפּולירן מענטשן - בּפרט תּמימות׳דיגע מענטשן - און אַ פּראָפעשענעל מייסטער טראָלל וואס גייט אַבּיסל אין די פוסטריט פון סאַשאַ-בּאַראָן-כּהן מיט וועמען ער האָט שוין אויך עטליכע מאָל מיטגעאַרבּעט.

זיין ערשטער דורכבּרוך שוי איז געווען Nathan for You, אַ סעריע וואָס האָט אָנגעצויגן גאַנצע פיר סעזאָנעס און וואו ער האט גענומען די מושג פון אַ ״ריעליטי שוי״ צו אינגאַנצן אַ נייעם שטאַפּל.

אין Nathan for You איז ער אַ בּיזנעס adviser וואס גיבּט עצות פאַר בּיזנעסער וויאַזוי צו פאַרבּעסערן, אויסבּרייטערען און מאַרקעטען זייער בּיזנעס. די שעפערישקייט איז צומאָל עד לב השמים, און די אַבּסורד׳ישקייט פון זיינע בּליצן וועט אייך איבערלאָזן זיך קאַטשענען פאַר געלעכטער.

למשל, פאַר אַ קאַר וואַש בּיזנעס וואָס האָט זיך געמוטשעט מיט פּרנסה, האָט ער גע׳עצה׳ט און געבּרענגט פייגלעך מיט עופות, זיי אויסגעלייגט אויף בּיימער אינעם ארומיגען געגענט, און ווען זיי האבּן אָנגערעגנט די בּייפאָר׳ענדיגע קאַר׳ס, האט ער דירעקטעט די בּאַטרעפנדע צום לאָקאַלן קאַר וואַש בּיים דערנעבּעדיגן גאס.

אַלעס איז פארשטייט זיך פּאַראָדיע, ער נעמט עס אָבּער צום עקסטרעם, און אין רעאַליטעט, האָבּן אַ חלק פון זיינע עלאָבּירירטע פּראָוואָקאַציעס פאַקטיש אויסטערליש מצליח געווען.

למשל, כּדי צו העלפען אַ קאַווע געשעפט אין לאָס אַנדזשעלעס וואָס האָט זיך געמוטשעט, האָט ער געטוישט זייער נאָמען צו Dumb Starbucks, ניצענדיג די בּאַרימטע סטאַרבּאָקס לאָגאָ און קאָלירן. איי סטאַרבּאָקס וועט אים קלאָגן פאר copyright infringement? שטעלט זיך אַרויס, אַז עס איז דאָ אַ געזעץ וואָס זאָגט אַז אויבּ מען מאַכט עפּעס אַלץ אַ פּאַראָדיע איז נישט שייך דערויף קיין קאַפּירייט.

למעשה, איז Dumb Starbucks געוואָרן אַ סענזאַציע און איז געדעקט געווארן דורך די מידיא איבּער די גאָרער וועלט.

ענליכערהייט, האט ער געעפנט אַ קליידער קאָמפּאַני מיט׳ן נאָמען Summit Ice Apparel, וואָס איז מנדב אַלע זייערע הכנסות צו אַ האָלאָקאָוסט צענטער אַלץ אַנטוואָרט צו אַ קאַנאַדישע קליידער קאָמפּאַני וואָס האט געשטיצט אַ האָלאָקאָוסט לייקענער. די קאָמפּאַני איז אויך געוואָרן אַ סענזאַציע און אַריינגעברענגט ערנסטע סכומים אין פּראָפיט׳ס, עס עקזיסטירט נאך עד היום הזה.

אין דעם הינזיכט, ווערט ער פאַרגליכן צו אויסגערופענע אַרטיסטן ווי בּענקסי און אַנדערע, וועלכע האָבּן ערפינדן אַרטיסטישע וועגן וויאַזוי צו שאַרן גאָלד.

לעצטע וואָך איז ערשינען זיין נייעסטע שוי וואָס רופט זיך The Rehearsal, וואו ער שטעלט פאָר גאונות אויף אַ נייעם פאַרנעם, ערמעגליכט דורך אַ אומגלויבּליכן בּודזשעט ווי עס פּאַסט פאַר HBO.

עס איז גאַנץ שווערליך צו פּרובּירן ערקלערן וואָס פּונקט דער נייער שוי איז, מען מוז דאָס זעהן און עקספּיריענסן צו פאַרשטיין, אָבּער פון בּלויז זעהן דעם ערשטן עפּיזאָד קען מען זאָגן אַז די שוי איז אַזאַ סאָרט סאָושעל עקספּערימענט וואו ער קומט העלפן מענטשן בּיי וועמען עס ליגט עפּעס שווער אויפ׳ן האַרץ פאַר אַ לענגערע תּקופה, און ער שטעלט פאַר זיי אויס אַ וועג וויאַזוי זיך צו ספּראַווען דערמיט.

די הנחה פון די שוי איז אַז אַלעס ווערט אויסגערעכנט און rehearsed פון פאָראויס, דאָס הייסט אַז ער פּרובירט צו פּרעדיקטן יעדע סאָרט רעאַקציע וואָס איז נאָר שייך, אויף אַן עקסטרעמען אופן.

עס איז זייער קאָמיש און צומאָל אַפילו האַרציג, עס האט אין זיך פּסיכאָלאָגישע - אַפילו פילאָזאָפישע - שטריכן, און ער בּאַווייזט דאָ גבורות וואָס איז זעלטן ווען נאָר אַמאָל געוויזן געוואָרן אויף אַ טעלעוויזיע סעריע.

דער שוי איז שוין יעצט שטאַרק פּאָפּולער, און קריטיקירער און צושויער צוגלייך זענען מסכים אַז דאָס איז פון נתן׳ס בּעסטע ווערק עד היום הזה.
בייגעלייגטע פיילס
HBO-Rehearsal.jpg
Any religion, no matter how inspired originally, ultimately devolves into nothing more than an excuse for A to feel superior to B
רעאגיר