וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אלס אן המשך צו דעם אשכול, מיין איך אז ס'איז כדאי נאכאמאל אנצוהייבן יעצט אין די לאנגע ווינטערדיגע מוצאי שבתות וואס איז באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף.

בקיצור נמרץ, זאל סיי ווער עס קומט אקעגן אן אויסערגעווענליכער פילם עס ארויפשטעלן איינמאל א וואך - מוצאי שבת, ליהנות בהן בני אדם און עס קענען דורכטון בדיבוק חברים.


ומפני חיבת הקודש אצטט דברי @Movie Club
איך וויל ווידמען דעם אשכול פאר פילמען וואס זענען "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.

ארטיסטיש וואלט איך מגדיר געווען אזוי: עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס:

מען ווערט טיף באיינדרוקט פון:

א. איר עמאציאנעלער מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס און דראמא האבן נישט אין זיך)

ב. איר שיינקייט, הערליכקייט און יצירה.

ג. א געוויסער טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .

איך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון די אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן אויף דער קומענדיגער מוצאי שבת.

וסימן זה נתון בידכם: אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.
ווער ס'איז אינטערסירט דערין איז געלאדנט זיך ווארעם אנצורופן מיט רעקאמענדאציס, אנאליזן וכדומה. אויך ביטע ארוישטעלן א בילד און א קורצע דיסקריפציע.

(@מי אני, @בענדזשאמין פרענקלין, @נייגעריגער, @Movie Club)

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר