אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3108
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8514 מאל

אלגעמיינע מאווי רעקאמענדאציע אשכול

שליחה דורך שמן למאור »

היות געוויסע זענען געווען אינטערסירט אין אזא אשכול, עפען איך דא אויף דעם שמועס פאר דעם צוועק.

די ציל איז דא צווייפאכיג, קודם איז דא די פלאץ פאר סיי ווער עס האט פראגעס איבער מאוויס, צו ער וויל פארשטיין געוויסע דעטאלן נאכן זען א מאווי, און בעיקר ווען איינער האלט פאר א מאווי און ער וויל הערן מער פרטים איבער דעם, און צו עס לוינט זיך בכלל צו ספענדן די צייט צו עס קוקן. מען קען אויסשמועסן וועלכע סארט מאוויס אינטערסירט דיר, און לפי זה אנפרעגן אויב די עולם האלט אז די סארט מאווי וואלט געווען געאייגנט פאר דיין טעיסט.

ובנוסף לזה וואלט דא געווען א גוטע פלאץ פאר איינער וואס האט סיי וועלכע אינהאלטסרייכע מאווי וואס ער האלט אז די עולם וואלט הנאה געהאט עס צו זען, אז ער זאל עס אהערברענגען פאר חברינו היקרים. עס ווערט געבעטן אז מען זאל שרייבן א קורצע דיסקריפציע איבער דעם מאווי, צו ס'איז עקשן, רומאנס, הומאר, צו גאר אלע דריי. אויך וואלט געווען כדי צו שרייבן אויב די מעשה איז א אמת'ע אדער רעאליסטישע מעשה.

עס מוז להדיא נישט זיין קיין מאווי וואס האט איינע פון די דריי תנאים! די עיקר אז מען האט געפילט אז מען האט הנאה געהאט פון קוקן די מאווי און עס איז נישט געווען סתם א באורינג צייט פארטרייבונג.

איך הייב שוין אהן מיט א מאווי, זאל עס זיין א גוטע התחלה.

די מאווי air force one איז גאר א פיינע מאווי, גאר שפאנענד און אינהאלטסרייך. די מעשה איז איבער א גרופע טעראריסטן וואס האבן געהיידזשעקט די פרעזידענטליכע פליגער בשעת די פרעזידענט איז געווען דערויף, און געמאכט זייער פארלאנגען אלס אויסטויש. האלט מיט ווי די פרעזידענט אליין קעמפט גאר העלדיש אנטקעגן די טעראריסטן, ביז צו די שטוינענדע ענדע. די מאווי איז א עקשן מאווי, נישטא בכלל קיין הומאר. די מעשה איז פארשטייט זיך פיקטיוו.
דא קענט איר עס אראפלאדענען
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20221226-214106_Google.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר