אמאליגע מוזיק ארעינדזשערס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

אמאליגע מוזיק ארעינדזשערס

שליחה דורך חאצקל »

רוב וואס זענען אינטרעסירט אין מוזיק ארעינדזשערס, זענען דער עיקר באקאנט מיט די פונקציונירדע ארעינדזשערס ווי מונה, לאופר, לאם רובי, שוע, יובל, סוקי, וכו'
אבער מיט די ארעינדזשערס פון די אלטע און אור אלטע טעיפס מיט דעם זענען שוין זייער ווייניג באקאנט.
אלזא, לאמיר זיך אנהייבן באקענען מיט די אמאליגע ארעינדזשערס, ווער ס'זענען געווען די באקאנטע, און ווער ס'שפילט אויף פאפולערע טעיפס פון אמאל

איך אליין בין אויך זייער ווייניג באקאנט מיט די אמאליגע ארעינדזשערס, איך וועל דערמאנען עטליכע ממש לעצטיגע וואס קען זיין זיי זענען נאך אין פונקציע:
נחמן קליין (איך האב געווארט, לכל זמן [האפסי א שמייכל]); הערשי לעבאוויטש (ניגוני ווערצבערגער: מעין עולם הבא [פול פילהארמאנישע ארקעסטרא], מגילת אסתר מיט געזאנג [קוקט אויס וואן מען בענד]); וולאדימיר חפץ (ארעינדזשט פאר דוד וורדיגר עטליכע טעפס צווישן זיי "אין חדר אריין"; פאר בן ציון שנקר ניגוני מאדזיץ; פאר נח"ח טעיפ נומער 5).

דאס איז וואס ס'ליגט מיר אין קאפ פון די גאר לעצטיגע ארעינדזשערס. ווי זיי וואוינען, און וואס נאך זיי האבן ארעינדזשט ווייס איך נישט.

וואס קענט איר צו לייגן איבער די דערמאנטע ארעינדזשערס, און בכלל וועלעכע נאך גוטע ארעינדזשערס פון אמאל ווייסט איר, און בפרט די אור אלטער ארעינדזשערס, ווי פאר די חזנות טעיפס פון יאסעלע א.ד.ג.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר