גוגל'ס דודלעך

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » מיטוואך מערץ 14, 2012 11:17 am

ווי באקאנט האט "גוגל" א מנהג טוב צו פייערן פילע יומא דפגרא'ס מיט אן אזויגערופענעם "גוגל דודל". איז דאך נישט מער ווי פאסיג אז מיר זאלן דא אריינשטעלן יעדן פרישן "דודל", און רעדן אביסל דערוועגן.
היינט האט גוגל ארויפגעשטעלט דעם פאלגנדן "דודל":
בילד

דאס איז לזכר נשמת דעם יאפאנעזישער אקירא יאשיזאווא וועלכער איז געבוירן געווארן פונקט 101 יאר צוריק, למספרם. מר. יאשיזאווא איז געווען א מייסטער אין "אָריגאַמי" - דער קונסט פון קנייטשן פאפיר, און פארמירן טשאטשקעלעך.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 14, 2012 2:44 pm

בילד
יאשיזאווא מיטן פאך אין די האנט. שכויח הרב אנאלאזירער.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4362 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 14, 2012 2:45 pm

אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4362 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך קארל » דינסטאג מערץ 20, 2012 12:21 am

גוגל פייערט דעם פרילינג איקיונאקס, ווען די וועלט איז נישט געבויגן צו דער זון פון אויבן אדער פון אונטן, און די זון שיינט דירעקט העכער דעם קאפ. דאס געשעט צוויי מאל א יאר, מערץ 20 און סעפטעמבער 22.
בייגעלייגטע פיילס
Google Doodle.jpg
Google Doodle.jpg (20.92 KiB) געזען געווארן 4465 מאל
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך קארל » פרייטאג מערץ 23, 2012 12:28 am

בילד
לכבוד דעם געבורטסטאג פון כואן גריס, א מעלער און סקולפטאר וועלכער האט זיך מיינסטנס באנוצט מיט די מעטאדן פון דער קיוביסטישער באוועגונג - צו מאלעווען דעם בילד צעטיילנדיג חלקים פון דעם בילד אין קעסטעלעך.
פאלגנד איז איינע פון זיינע מעלערייען:
בילד
דאס איז אן אויל-פעינטינג פון דעם בארימטן מעלער פיקאסא, פון די פיאנירן פון קיוביזם.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך קארל » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:46 am

בילד
דער פרישער גוגל-דודל איז אפצוצייכנען דעם 125סטן געבורטסטאג פון לודוויג מיעס וואן דער ראהע, פון די פיאנירן פון מאדערנער ארכיטעקטור.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 09, 2012 2:39 am

א נייע אינטערסאנטע דודל
http://www.youtube.com/watch?v=DV073WyX ... ata_player
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » מוצ"ש אפריל 14, 2012 9:40 pm

בילד
לזכרון פון דעם בארימטן פראנצויזישער פאטאגראפיסט ראבערט דוענא (געשריבן Robert Doisneau), וועלכער איז געבוירן געווארן פונקט הונדערט יאר צוריק.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך יידל » מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:11 pm

יידל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4362 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג אפריל 22, 2012 12:12 pm

גוגל פייערט "וועלט טאג" - א טאג ווען מען איז זיך מתבונן אויף די וויכטיגקייט פון היטן אויף די וועלט'ס נאטירליכע ענווייראנמענט.
בילד
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:16 am

היינט פראוועט מען די געבורטסטאג פון גדעון סונדבעק, דער ערפינדער פון דעם זיפער. לכבוד דעם האט גוגל צוגעשטעלט זייער אן אינטערעסאנטן דודל - דער פעידזש עפענט זיך אויף אינדערמיט ווי א זיפער...
בילד
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך ברוין » דינסטאג אפריל 24, 2012 8:53 pm

נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אברעמעל » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:18 pm

אנאליזירער האט געשריבן:היינט פראוועט מען די געבורטסטאג פון גדעון סונדבעק, דער ערפינדער פון דעם זיפער. לכבוד דעם האט גוגל צוגעשטעלט זייער אן אינטערעסאנטן דודל - דער פעידזש עפענט זיך אויף אינדערמיט ווי א זיפער...

ער האט עס נישט אינווענטעד, ער האט געטראפן א פאטענט וויזוי זיך צו באניצן דערמיט.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך פינטאו » מיטוואך אפריל 25, 2012 9:39 am

ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.
פינטאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » מיטוואך אפריל 25, 2012 9:48 am

פינטאו האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.

לאמיך עפעס פארשטיין ר' פינטאו. אז ברוין מאכט א גוטן ווערטל קומט אים א לייק, אבער אז איך שטרענג מיך אן אריבערצוברענגען די בילדער פון דודלעך מיט ביאורים קומט מיר נישט?
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:19 am

אל תהי כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל לייק.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7503 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:21 am

אנאליזירער האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.

לאמיך עפעס פארשטיין ר' פינטאו. אז ברוין מאכט א גוטן ווערטל קומט אים א לייק, אבער אז איך שטרענג מיך אן אריבערצוברענגען די בילדער פון דודלעך מיט ביאורים קומט מיר נישט?

אנאליזירער איז גערעכט!! עס טוהט א געוואלדיגע ארבייט. איך האב אים טאקע יעצט צוגעטיילט זיינע פארדינבארע לייק'ס.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך ברוין » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:06 am

זייער גערעכט. איך וואלט דיר אויך געלייקט ווען איך קען ווען אבער פון א טעלעפאון קען מען נישט לייקן
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג אפריל 29, 2012 1:55 am

גוגל דודל וואס איז געווען אין א"י פאריגע וואך דאנערשטאג, אפריל 26, לכבוד ה' אייר.
בילד
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:33 pm

לייגט גארנישט אריין אין גוגל, און דרוקט "I'm felling Lucky". די ריזאלטס זענען אלע גוגל'ס דודלעך מיום היווסדה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4362 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג מאי 04, 2012 1:09 am

א פרישער דודל לכבוד דעם געבורטסטאג פון קעיט הארינג, א מאלער וועלכער האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט גראפיטי אין די סובוועי סטאנציעס, און איז נאכדעם געווארן אינטערנאציאנאל בארימט מיט זיינע אייגנארטיגע מעלערייען.

בילד
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: גוגל'ס דודלעך

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג מאי 04, 2012 12:27 pm

יעדעס יאר מאכט גוגל א פארמעסט צווישן קינדער פאר דעם שענסטן און שעפערישסטן דודל וואס זיי קענען ערצייגן, און דער עולם קען שטימען פאר דעם דודל וואס געפעלט זיי דאס מערסטע.
ס'איז נתפעל צו ווערן וואספארא געוואלדיגע קריעיטיוויטי אפילו גאנץ קליינע קינדער פארמאגן.
http://www.google.com/doodle4google/index.html
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך קארל » מיטוואך מאי 09, 2012 10:05 am

בילד
גוגל צייכנט היינט אפ די 138סטן געבורטסטאג פון האווארד קארטער, דער בארימטער בריטישער ארכעאלאג און עגיפטאלאג וועלכער האט אנטדעקט דעם קבר פון דעם מצרי'שן קעניג טוטאנכאמון (באקאנט אלס "טוט"), וועלכער האט געלעבט בערך 3,300 יאר צוריק.

די גאלדענע מאסקע וואס איז געווען אויף קעניג טוט:
בילד
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:16 am

ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען א שרעקליכע קללה אויף די אלע וואס האבן געטשעפעט מיט די קברים פון די פרעה'ס. האט דער מר. קארטער אויך אזוי מיאוס אפגעשניטן?
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:43 pm

אין גריכלאנד און אין פראנקרייך איז פיר טעג צוריק געווען עלעקשאנס.
אין גריכלאנד האט גוגל געהאט די גוגל דודל:
בילד
און אין פראנקרייך די:
בילד

אין זיד קארעא האט גוגל צוויי טעג צוריק געפייערט "עלטערענ'ס טאג":
בילד
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4362 מאל

נעקסט

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט