XKCD קאמיקס (אין אידיש)

ארט, גראפיק, פאעזיע, פאטאגראפיע

XKCD קאמיקס (אין אידיש)

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:30 pm

XKCD איז די נאמען פון א קאָמיקס-פּאַס וואס ווערט פובליצירט אויפן אינטערנעט דורך א טאלאנטפולן סייענטיסט און געוועזענע נאסא-איינגעשטעלטער רענדעל מונראו. די קאָמיקס זענען אפט גאר אינטערעסאנט און ענהאלטן בליציגע געדאנקען און שארפע רעיונות, און כדי דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל אויך קענען הנאה האבן פון זיי האב איך גענומען די מי צו איבערצוזעצן אפאר פון די אינטערעסאנטע קאָמיקס און זיי ארויפשטעלן דא. רענדעל ערלויבט פארשפרייטן און בעארבעטן זיינע קאָמיקס, בתנאי אז מען לייגט א לינק צו דעם XKCD סייט.

בילד
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

צען טויזענט

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:33 pm

צען טויזנט

10000.png
10000.png (38.02 KiB) געזען געווארן 2659 מאל

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

הסבר:
אנשטאט מאכן יענעם שפירן ווי א נאר, קען מען נוצן די געלעגנהייט צו בארייכערן יענעם'ס ידיעות-אוצר און איינוועגס אויך הנאה האבן. "די דייעט-קאוק און מענטאס זאך" רעפערירט צו די אויפרייס וואס פאסירט ווען מען ווארפט אריין מענטאס און א פלעשל דייעט-קאוק.




"יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא" איז א טעאריע איבער די נאטור פון יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק.




די קאָמיק ברענג אויך ארויס דעם אינטערעסאנטן געדאנק אז מאטעמאטיש גערעדט ווערן יעדן טאג אן עווערעדזש פון צען טויזענט מענטשן געוואויר איבער סיי וואספארא געוויסע פאקטן.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:11 pm

כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט
לאגיק ארבעט נאר ווען געפיל ארבעט נישט.
ווען געפילן ארבעטן נישט איז דער מענטש טויט.
(קאווע טרינקער, מיטאג טיש)
באניצער אוואטאר
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5822
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
געפינט זיך: אין א ספק.
האט שוין געלייקט: 3827 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5933 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:15 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:
צען טויזנט

בילד

זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

צוליב אנפראגעס אין אישית: די קאָמיק ליינט מען פון רעכטס צו לינקס, פון אויבן אראפ.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך משה געציל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:19 pm

אויב ער רעדט פון א זאך וואס ביי די דרייסיג ווייסט עס שוין יעדער און דער אומוויסענדער איז שוין דרייסיג אדער אפילו ניין און צוואנציג, מינעמירט ער נישט מיטן פאקט אז צען טויזענט מענטשן ווערן היינט געוואויר דערפון.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2616 מאל

לאגיק שיפל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:45 pm

לאגיק שיפל

logic_boat.png
logic_boat.png (79.12 KiB) געזען געווארן 2608 מאל


הסבר: די קאָמיק איז א שפיל אויף דעם באקאנטן לאגישן חידה ווי איינער פארמאגט דריי חפצים אבער א שיפל וואס קען נאר טראגן צוויי. די חידה גייט אז געוויסע חפצים קענען נישט פארבלייבן אליינס מיט געוויסע אנדערע חפצים און מ'דארף קענען אויסרעכענען וויאזוי זיי אריבערצופירן דעם טייכל. אין אונזער חידה איז די געווענליכע פתרון ווי פאלגנד:
  1. נעם אריבער די ציג.
  2. גיי צוריק אליין.
  3. נעם אריבער די קרויט.
  4. נעם צוריק די ציג.
  5. נעם אריבער דעם וואלף.
  6. גיי צוריק אליין.
  7. נעם אריבער דעם ציג.

די אויפטו פון די קאָמיק איז אז דורכן איבערלאזן דעם וואלף, א ווילדע סכנה'דיגע חיה וואס ווערט געווענליך נישט געהאדעוועט דורך מענטשן, פארשפארט מען זיך 4 שטאפלן. די געדאנק אונטער דעם איז אז לאגישע חידות זענען לאו דוקא "לאגיש", עס איז בכלל נישט לאגיש פאר א מענטש צו האבן מיט זיך א וואלף. אויב איר וועט אבער פרובירן צו ענטפערן אזוי ווי די קאָמיק, פאר איינער וואס פרעגט די חידה וועט יענער זאגן אז דאס איז נישט די "ריכטיגע" ענטפער, כאטש דאס איז פיל מער לאגיש ווי די געווענליכע ענטפער.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:32 pm

באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".
You will never live if you are looking for the meaning of life ~ Albert Camus
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3704
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 4966 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4894 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:07 pm

יאיר האט געשריבן:באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

ריכטיג. עס איז אבער אויך ריכטיג (און מער קאמישער) צו פרעגן "פארוואס האסטו מעיקרא א וואלף?".
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

אויפפאדערונג פון פליכטן

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:15 pm

אויפפאדערונג פון פליכטן

duty_calls.png
וואס ווילסטו? איך זאל אוועק גיין פון דעם קאמפיוטער? דאן וועלן זיי דאך ווייטער זיין אומגערעכט.
duty_calls.png (20.84 KiB) געזען געווארן 2578 מאל


הסבר: געוויסע מענטשן ווען זיי האבן א דעבאטע אנליין אויף א פארום, בלאג, טוויטער א.ד.ג., קענען זיי בשום אופן נישט אוועקגיין ווילאנג זיי זענען זיכער אז די מענטשן מיט וועם זיי דעבאטירן וועלן מער נישט איבער'חזר'ן זייערע אומגערעכטע טענות, כאטשיג אין פילע פעלער זענען די מענטשן פשוט'ע טראלס.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:30 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

ווער/וואס איז דאס?
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 931
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 2:25 pm

יישר כוח הציץ פאר די קאמיקס. איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק. אויך בעפאר די עלעקשאנס האט ער געהאט א ריזיגע קאמיק ווי ער האט אפגעפרעגט די וואס האבן געברענגט ראיות ווער ס'וועט געווינען פון די היסטאריע, ברענגענדיג אויף יעדע איינציגסטע פרעזידענט עפעס מיט וואס יענע פרעזידענט איז געווען די ערשטע אין די היסטאריע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3534 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:45 pm

יידל האט געשריבן:איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק.

דא איז די אריגינעלע קאָמיק. איך האב עס אביסל פארענדערט, צוליב פארשידענע סיבות.

נוטרינאס

neutrinos.png
neutrinos.png (52.85 KiB) געזען געווארן 2557 מאל


הסבר: די קאָמיק האט מונראו ארויפגעלייגט א טאג נאך וואס די נייעס איז ארויסגעקומען איבער א נייע שטודיע וואס ווייזט אז די נוטרינא פארטיקל לויפט שנעלער ווי ליכטיקייט'ס שנעלקייט. זיין נקודה איז אז אנשטאט זיך טענה'ן איבער די געפינס מיט מענטשן וואס גלייכן אלץ צו ווייזן אז סייענס שטייט אויף וואקלנדע פיס, טוט ער וועטן $200 דאלער אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם שטודיע. אויך דא אין קאווע-שטיבלאיז שרגא געווען זיכער מיט זיך אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם געפינס. (אה ווי אינטערעסאנט עס איז צו לייענען אן אור-אלטע קאווע-שטיבל שמועס צווישן שרגא, יידל, יאנקל, פשוט-קאמפליצירט און געפילטע פיש...) צום סוף האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א טעות.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 4:32 pm

אה, יעצט אז דו האסט געלייגט דעם קאמיק האב איך מיך דערמאנט וואו כ'האב עס געזען. ווען די נייעס איבער די נוטרינא פארטיקל איז ארויסגעקומען האט הרב נתן סליפקין געשריבן א בלאג פאוסט איבער טעותים ביי וויסנשאפטלער, און האט דארט צוגעלייגט די קאמיק
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3534 מאל

סטיווען האָקינג

הודעהדורך הציץ ונפגע » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:32 pm

סטיווען האָקינג

stephen_hawking.png
stephen_hawking.png (75.63 KiB) געזען געווארן 2511 מאל


הסבר: אין די ערשטע פּאַנעל זעט מען דעם בארימטן ענגלישער פיזיקער סטיווען האָקינג ווי ער רעדט - דורך זיין רעדן-מאשין - צו צוויי פון זיינע פריינט אז ער וויל אפשר גיין זען מיט זיי א מאָווי. די צוויי פריינט לויפן גלייך אוועק און אין דריטן פאל זעט מען א צייטונג באריכט אז האָקינג דער "קלוגסטער מענטש אין די וועלט" רעקאמענדירט מ'זאל זען מער מאָוויס. אין דעם לעצטן פּאַנעל זעט מען האָקינגס ווי ער זיצט עלנד. די קאמיק ברענג ארויס וויאזוי א בארימטער פיזיקער פרובירט צו סאָציאַלאָזירן ווי א פשוטער מענטש, און זיינע חבירים מאכן פון יעדעס ווארט א סענזאַציע.
א זייטיגע נקודה ווערט אויך ארויסגעברענגט - און "לעיקוואד" האט דערמאנט אן ענליכע נקודה, שרייבענדיג אז אלבערט איינשטיין און ריטשאַרד דאָקינס זענען גוטע סייענטיסטן אבער שוואכע פילאָזאָפער - אז ווען א גרויסער פיזיקער זאגט א דעה אין א טעמע אין וועלכעס ער האט נישט א גרעסערע באקאנטשאפט ווי סתם א מענטש, מיינט נאכנישט אז זיינע ווערטער זענען קדשי קדשים און אז זיי האבן א שטערקערן געוויכט ווי די דעה פון א פשוטער מענטש. די צייטונג באריכט'ס שרייענדיגע אותיות איבער דעם פיזיקער'ס דעה אין מאָוויס, דערמאנט אביסל די שרייעדיגע באריכטן איבער זיין מיינונג אין אנדערע טעמעס אין וועלכע ער פארשטייט לאו דוקא בעסער בלויז ווייל ער איז די וועלט'ס בעסטע פיזיקער.

stephen-hawking.jpg
stephen-hawking.jpg (77.6 KiB) געזען געווארן 2511 מאל
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

אינסטאַגראַם

הודעהדורך הציץ ונפגע » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:40 pm

אינסטאַגראַם

instagram.png
איך וועל רופן די פאליציי און זיי הייסן ארעסטירן טאַד פארן גנב'ענען, און דערנאך אריבעררוקן אלע מיינע זאכן צו די הויז אקעגן איבער די גאס. איך האף אז דארט זענען די באלעבאטים מער אחריות'דיג.
instagram.png (58.28 KiB) געזען געווארן 2482 מאל
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

אנליין-טרעקינג אפציע

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 2:49 pm

אָנליין-טרעקינג אָפּציע

online_package_tracking.png
online_package_tracking.png (20.34 KiB) געזען געווארן 2441 מאל
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

באווייז

הודעהדורך הציץ ונפגע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:59 pm

באווייז
proof.png
די פּראָקוראָר רופט גאָטפריד לייבּניץ.
proof.png (20.23 KiB) געזען געווארן 2410 מאל
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:14 pm

:like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.
You will never live if you are looking for the meaning of life ~ Albert Camus
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3704
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 4966 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4894 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:33 pm

יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

www.explainxkcd.com/wiki/index.php?title=1153:_Proof
באניצער אוואטאר
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6286
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 4289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5988 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מאנטאג אפריל 08, 2013 3:07 pm

יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

ווי דו האסט מסתמא שוין געזען אין געפילטע פיש'ס לינק, לייבניץ איז דער מחבר פון קאלקולוס און לויט קאלקולוס ווערן זענא'ס פאראדאקסן - עכ"פ טייל פון זיי - פארענטפערט.

מען קען שפילן זענא'ס פאראדאקס כדי צו באקומען א בעסערע באגריף דערפון דא.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:08 pm

בריק

bridge.png
און עס זאגט אסאך אז דיין ערשטע געדאנק זעענדיג דיינע חבירים אראפשפרינגען פון בריק איז 'מיינע חבירים זענען נישט נארמאל און כ'וויל נישט זיין ווי זיי" אנשטאט "זענען מיינע חבירים אין ארדענונג?".
bridge.png (37.23 KiB) געזען געווארן 2163 מאל
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:09 pm

איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?
בילד
באניצער אוואטאר
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6286
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 4289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5988 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט