ביבער- א פארגאנגענהייט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

ביבער- א פארגאנגענהייט

שליחה דורך ממי_שאמרו »

די זעלבס מארד פון גשוסטין ביבער איז אסאך מער פון סתם א טינעידשער וועלכע וויל בועט זיין, אויב וועט ער זיך נישט כאפן באצייטנס וועט דער ווינדער אינגל ווערן זייער שנעל צו נאך א פאפ אפגאט וועלכע האט געהאט א טראגעדישע ענדונג.

לאמיר זעהן וואס די צוויי חדשים פון ביבער האט אונז פארשאפט. געשלאגן זיינע לייבוועכטער, ברעכן אויפן סטעידש (וועלכע זיי האבן פארענטפערט אז עס קומט פון פאדארבענע מילך), בילדער מיט דשוינט (דראגס), און א נאקעטע בילד ווי די אידן האבן גערוהט, קומען זייער שפעט צו א קאנצערט אין לאנדאן, עלטערן פון קינדער דארט וועלכע האבן אים געוואלט צורייסן, און פאריגע וואך מכות מיט א לאנדאנע פאפאראצי פאטאגראפירער. נישט שלעכט פאר א 19 יעריגע צוציק.

שווער צו זאגן אז מיר האבן דאס נישט געזעהן קומען, לאמיר אוועקלייגן וואס זיינע ווארטזאגער און ארומיגע זאגן מיט אביסל סקעפטיזם. אלע ראיות ווייזן אז דער בחור האט דאס איינמאהל פאר אלעמאל פארלוירן. ער האט זיך טאקע נישט איינגעשפארט אין זיין דירה, נישט געווארן אפגעשטעלט פארן דרייוון אינטער די השפעה פון מינים ממינים שונים, נישט פארברענגט א נאכט אין תפיסה, און אויך נאך נישט אפגעשוירן זיין האר. אבער א קליינע בליק וואס עס איז נאר געשטאנען איבעראל אין די לעצטע צוויי חדשים ווייסט מיט א זיכערקייט אז וואס איז געווען וועט שוין נישט זיין. א נייע תקופה הייבט זיך אן.

אויפן פלאץ פון א זיס קינד (אדער אומדערטרעגליך, ווי אזוי ענק ווילן נאר) וועלכע זינגט אוי בעבי בעבי, איז ארויסגעוואקסן א אינגער מחוצף (אדער נאך מער אומדערטרעגליך), וועלכע איז לכאורה גארנישט אנדערש פון יעדע 19 יעריגע יוגענטליכער אין אמעריקא. פראבירן אביסל דא און דארט דראגס, טרינקן מער וויפיל ער קען (און זיך באקענען מיט זיינע קישקעס), אביסל געשלעגערייען דא און דארט, און נאקעטע בילדער אויף טוויטער. לאמיר זאגן אזוי, ביבער איז נישט דער ערשטער נערמאלע יוגענטליכער וועלכע פירט זיך אויף אזוי, די פראבלעם איז- ביבער איז נישט קיין נערמאלע יוגענטליכער טינעידשער. און דא שטעקט די פראבלעם.


גשוסטין ביבער איז היינט איינע פון די מערסטע באקאנסטע פארשוינען פונעם פלאנעט, מיט זיינע קליינע הענטעלעך דרייט ער אן אינדארסטרי פון ביליאנען דאלער, וועלכע פאדערט אסאך פרעשור און מוח. זיין טאג טעגליכע לעבן פאדערט א גוטע אסטראטעגיע און א גוטע ביזנעס פלאן וועלכע קען קוקן אפאר טריט ווייטער. גערעכט, עס וועט זיין נעריש צו טראכטן אז ער האט סיי וועלכע קאנטראל אויף די גאנצע ביזנעס. לכאורה איז ביז א געוואוסע פוינט אין זיין לעבן אלעס געווארן אויספלאנירט און אויסגערעכענט, אלעס האבן זיינע פראדעצירער און מענידשערס קאלטבלוטיג אויסגערעכענט פאר אים. אבער די הצלחה זיינע פון די לעצטע 5 יאר, ווייסט אויף א ריזיגע דרייוו וועלכע ער האט, א געוואלדיגע אמביציע וועלכע ער פארמאגט, און אביסל מער שכל פון סתם זיין א פאפי אויף די סטעידש פאר אנדערע מענטשן.

אין אנדערע ווערטער, א פאפי אויף סטרינעס צו נישט, ביבער האט אין די לעצטע פאר יאר גע׳ארבעט אסאך שווערער פון סיי וועלכע בחור אין זיין יארגאנג. און געפינט זיך אינטער פרעשור און דרוק וועלכע נאר איינער וועלכע קען נישט האבן א מינוט מנוחה, און דארף אויפבויען אזא אפגאט, און נישט האבן קיין פריוואטע מינוט אין זיין לעבן, נאר אזא איינער קען דאס פארשטיין. דעריבער טאקע פארדעם, טאקע ווייל ער פילט אן גאנצע סטעדיומס מיט בחורים און מיידלעך וועלכע וויינען און שרייען פאר אים, וואלט אדער ער אדער זיינע פראדעצירער געדארפט נעמען אין אכט אז זיין טינעידש ווידערשפעניקייט איז אסאך שווערער פון סיי וועלכע אנדערע טינעידשער.



מען דארף נישט זיין די וועלטס גרעסטע חכם אדער פסיכילאג צו פארשטיין ווי אזוי דער ביבער איז געווארן פון א ווינדער קינד צו א מענטש מיט ערענסטע פסיכילאגישע פראבלעמען. ווען מיידלעך וויינען ווען זיי שרייען דיין נאמען פון ווען דו ביסט שוין 15 יאר אלט, אין די יארגאנג ווי יעדער זיכט זיך זיין היראו און מענטש וועם ער וויל נאכמאכן, איז נישט דא קיין ספק אז דער בשבילי נברא העולם ווערט ביי אים זייער שטארק, זיין איגאו און גאווה ווערט אזוי הויעך אז קיינער קען אים נישט אראפנעמען פון דעם, און ער גלייבט שוין אליינס אז ער איז די אפגאט וועלכע זיינע פראדאצירער האבן פארקויפט פאר די מאסן. די 38 מיליאן פאלא'ערס אין טוויטער איז באמת זייער זיס און מאכט דיר פאר איינע פון די וועלט באקאנסטע מענטשן אין די פלאנעט- פרעג נאר פאר יוסי געשטעטנער און אנדערע אידישע WANNA BE וועלכע פרייען זיך מיט די עטליכע טויזענט צו גאר פאלא'ערס וועלכע זיי האבן. טאקע א שאד אז אין די צייט פון זיין לעבן האט ער באשלאסן אלעס אראפצווארפן און אויסרופן: פאק איט, איך בין א טינעידשער און לאז מיר זיין.



עס איז נישט קיין סוד אז די צייט וואס אזא יונגע שטערן בלייבט אין די הייעך איז נישט מער פון 5-7 יאר (איינער געדענקט דא עמית ליסוואנט?), די המשך פון זיין לעבן ווענדט זיך אין אים און אין זיין מעגליכקייט צו טוישן מוזיקאליש און אין זיין אויסשטעל. אפילו אויב זיין קויל וועט זיך נישט טוישן עפעס דראסטיש, און אפילו נישט ווייניג ליבהאבער וועלכע וועלן אים נאכלויפן צוליב זיין חסד נעורים, די גאנצע ביבער משוגעת וועט פאלן אין די קומענדיגע 2-3 יאר, אפילו ער וועט נישט פארשטיין פארוואס און וואס און פארוועם ער זינגט בכלל. זיין גאנצע סוד פון זיין ציענדיגקראפט (פאר ווער עס האט עס, אדער פאר די וועלכע האבן אים אויסגעוועלט פאר א גאנצע שטערן און קינסטלער) איז געווען זיין זיסע שמייכל און אומשולדיגע אויסקוק וועלכע האט געגעבן פאר אסאך יוגענטליכע זייער זעלבסזיכערקייט מיט זיינע ליבע ניגונים. ביבער איז געווען די פאנטאזיע פון די אלע אלע קינדער און יוגענטליכע.


די פראבלעם וועלכע שטייט פאר דעם גאלדענעם שטערן איז למעלה א דאפעלטע: פון איין זייט זענען זיינע פענס (בלע"ז) שוין עלטער געווארן און זיי גייען אנפאנגן צו זיכן מער אינטערעסאנטע און ציענדיגע שטערנס, און ווער ווייסט? אפשר בעסערע אין קוואליטעט. פון די אנדערע זייט, אויב וועט ער וועלן ווערן מער אויפשטענדלעריש און ווילד, ווארט אים אפ א שווערע פילד מיט גרעסערע און שמיציגערע און שטערקערע ווי אים. ביבער גייט זייער שנעל געווארן אז זיין קראפט און גלאנץ הייבט אן אינטער צו הינקען. פינקט ווי עס איז אוועקגעגאנגען פון מקאלי קלעקין, די קריס קראס קינדער, און נאך אנדערע. אמת, עס איז די אפציע אז ער זאל ווערן ווי דרעו בערימור איז אפשר גוט טיארעטיש, אבער אין מציאת איז עס נישט מעגליך. אפילו שוין אלס מיידל האט בערימור געהאט מער אן אינטערעסאנטע און שווערע לעבן, איר אינגע שווערע יארן האבן אסאך צוגעגעבן צו איר חן, על כל פנים מער פון א ווילדע בעל גאווה וועלכע שטייט אין זיין טינעידש יארן.

די מינוט וואס ביבער האט געשלאגן דעם בריטישן פאטאגראפירער, פארשטייט זיך ווערנדיג פארלוירן פאר א סקונדע, דאס איז געווען א מינוט וועלכע האט איבערגעדרייט ביבער'ס לעבן, און ער ווייסט דאס אפילו נישט. דאס צוזאמשטויס צווישן סעלעברעטיס מיט פאפאראצי וועלכע מאכט משוגע, איז א זאך וועלכע אלע סעלעברעטיס ליידן דערפון, אפילו ביבער ווייסט די מציאת זייער גוט. ביבער האט אנגעפאנגען צו גיין אין די פיס טריט פון בריטני ספירס און צו וואס זי האט געטוהן צו איר אין 2006, און קען אפילו זיין אז די ברעקונג פוינט גייט זיין אסאך שווערער פון בריטני. ווען בריטני איז באקאנט געווארן איז זי שוין געווען 18 יאר אלט, זי איז שוין געווען עלטער פון ביבער ווען ער איז באקאנט געווארן, און מיט דעם אלעם האט זי נישט געקענט אויסהאלטן די אינערליכע דרוק וועלכע זי איז געווען אינטער, אין א בליק אויף צוריק קען איר יעדער פארשטיין און עס מאכט אסאך סענס, און זי האט זיך שוין ב"ה צוריקגעכאפט און געווארן צוריק נערמאל אבער די שאדן וואס זי האט זיך אנגעדרייט קען זי קיינמאל נישט אויסמעקן. ביבער איז אין אסאך א שווערע צושטאנד, די סאציאלע מידיא איז היינט אסאך גרעסער און עס איז אסאך מער אינטערדרוקענדיג. און חוץ פון דעם וואס היינט קומען און גייען שטערנס ווי די שוואמען נאך א רעגן. יעדן טאג א צווייטער גייט ארויף און אראפ. פרעג פאר מייקל דשעקסאן ווי שווער עס איז געווען אנצוהאלטן די מאמענטום און ער האט נאך געטויגט דערצי.

(איבערגעטייטשט פון NRG)
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר