פילמען מיט אידישע געשיכטעס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

פילמען מיט אידישע געשיכטעס

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 19, 2013 2:57 pm

ענליך צו יידל'ס אשכול איבער ביכער, קלער איך פון עפענען אן אשכול איבער פילמען מיט אידישע געשיכטעס.
געווענליך ווען א פרישער אשכול הייבט זיך אן וועבן אין קאפ, וויל איך ס'זאל זיין מיט א שלימות, און דעריבער בלייבט עס ביים וועלן. איך האב אזוי א זאמלונג פון עטליכע אשכולות אין דרעפט וואס ווארטן אויף א גואל וקרוב. דעריבער טאנץ איך יעצט אריין, און לאמיר האפן אז יאנקל און הוגה וועלן מיר קומען צוהילף כדרך שבאו לעזרת ר' יידל באשכול הנ"ל.

1. די וועלט באקאנטע פילם fiddler on the roof_(film).
דאס איז א מוזיקאלישער פילם (ס'אנטהאלט אסאך געזינגעריי), א קלעסיק פון איבער 40 יאר צוריק. קוקט אין אשכול 'משכילים און משכילישע ביכער' איז דא א שמועס דערוועגן.
ס'איז געבויעט אויף א בראדוועי שפיל מיט'ן זעלבן נאמען, און געשריבן לויט די ווערק פון שלום עליכם, א וועלט באקאנטער אידישער שרייבער פון די פריע ניינצן הונדערט יארן.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען מיליכיגער מיט'ן נאמען רבי טובי', וועלכער לעבט מיט די ירידת הדורות מיט זיינע 3 אומפארהייראטע טעכטער. די עלטסטע טאכטער וועמען ער האט געהאט אין פלאן חתונה צו מאכן מיט א רייכן קצב אן אלמן, וועלט זיך אויס מאטל אן ארעמער שניידער. זי קומט כאטשיג בעטן רשות. די 2טע טאכטער האט חתונה מיט א אידישער יונג א קאמוניסט א רעוואלוציאנער, און די דריטע האט גאר חתונה מיט א גוי.
ס'איז א געשמאקע און העכסט אינטערעסאנטע פילם, ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכונגען (3 אסקערס און נאך).
מ'קען עס קריגן און מאוסטלי מוזיק אין בארא פארק.
אדער קוקן אויף יוטוב


2. אויך א באקאנטע פילם מיט'ן נאמען yentl.
די הויפט שפילערן איז א אידיש קינד מיט'ן נאמען בארברא סטרייסענד, א וועלט בארימטע אמעריקאנער אקטיארען, א טאכטער פון ארטאדאקסישע עלטערן.
ס'איז א מוזיקאלישער פילם געבויעט אויף א פלעי מיט'ן זעלבן נאמען, וועלכע איז באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ-זינגער, א אידישער שרייבער, א נאבל פרייז געווינער.
די געשיכטע איז איבער א בת יחידה, א טאכטער פון א תלמיד חכם, וואס האט זיך פארגלוסט צו גיין לערנען אין ישיבה. דעריבער האט זי זיך פארשטעלט ווי א בחור, און געפארן אין ישיבה אריין.
די מעשה גייט ווייטער, דער גביר האט איר אויסגעוועלט פאר אן 'איידעם' און זי דארף זיך דערמיט ספראווען, שפעטער פארציילט זי פאר איר חברותא דעם אמת. ס'ענדיגט זיך ווי זי פארט קיין אמעריקא, ווייל דא קען אפילו א פרוי זיין א רב.
אן אטעם פארכאפנדע געשיכטע, און ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכענונגען.
טרעילער:


3. the chosen
געבויעט אויף די ווערק פון חיים פאטאק. מער איבער אים קענט איר ליינען אין יידל'ס אויבנדערמאנטע אשכול.
די געשיכטע איז איבער א זון פון א רבי וואס באקומט א מאדערענעם חבר צוליב וואס ער האט אים צו'מזיק'ט בטעות ביים שפילן באל אין פארק. דאס איז גורם אז ער זאל פארלאזן זיין טראדיציע און גיין שטודירן אין קאלעדזש.
זיין פאטער דעם רבי'ן לייגן זיי אראפ זייער אינטעלעגענט, אויך פירט ער טיש פאר חסידים, ס'איז גאנץ געשמאק.
טרעילער:


4. א פילם מיט'ן נאמען a stranger among us
א געשיכטע מיט א רבי וואס האט אדאפטירט א מיידל א בעלת תשובה, און זי הרג'ט א היימישער בחור א דיאמאנט סוחר.
די פאליס דעפארטמענט שיקט אראפ א פרוי א דעטעקטיוו, און זי פארליבט זיך אינעם רב'ס זון.
ס'איז גאנץ א שוואכע קוואליטעט פילם, אבער דאך אינטערעסאנט.
טרעילער:


5. אושפיזין
א ישראלישער פילם. די הויפט שפילער איז א בעל תשובה א שומר תורה ומצות. די פילם איז ממש א היימישער פילם, נאר העכסט פראפעסיאנאל.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען פארפאלק וואס זענען קינדערלאז, די פרוי נוצט זיין טייערן אתרוג אלס לימון זאפט פאר א סאלאט. אנשטאט ווערן אין כעס לויפט ער אין וואלד מאכן התבודדות, און בזכות האמונה ווערט ער געהאלפן מיט א קינד.
מען קען עס זען אויף יוטוב


די 5 געדענק איך אויף דער מינוט.
פילמען מיט אידישע כאראקטערן איז דא אסאך. צוויי וואס קומט ארויף אויפ'ן זכרון איז lucky number slevin מיט די וועלט בארימטע אקטאר מארגען פרימען און ברוס וויליס. די פילם האט א אידישער רעפארם ראביי מיט זיין זון. נאך איינס איז Inside man א הייסט פילם מיט דענזעל וואשינגטאן, דער בארימטער שווארצער אקטיאר. די פילם איז געשפילט אין ניו יארק און איז איבער א באנק רויבעריי וואס דער פיאנער פון די רויבעריי איז גאר א איד וואס קומט אפנעמען פארלוירענע פארמעגנס פון זיינע עלטערן קאנפיסקירט דורך די נאציס (עפעס אזוי). דר. בען פון analyze this און analyze that איז אויך א כמו איד, געשפילט דורך בילי קריסטאל, וועלכער האלט א רעקארד פאר'ן האוסטן די אסקאר אווענט פאר 9 מאל. .
דאס איז אויסער די באקאנטע האלאקאוסט פילמס, וואס איבער דעם איז שוין דא א באזונדערן אשכול, א שטייגער ווי:
Schindler's list
טרעילער:


The pianist
טרעילער:


Life is beautiful
טרעילער:


Jacob the liar
קוקט דאס גאנצע אויף יוטוב


און נאך.
ומאראנצןזאפט תנא ושייר. לייגט צו וויפיל ס'גייט, יישר כח.

ברידערלעך טייערע די קרעדיט איז פאר ר' יידל'ען. איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מלינקט, און הגם יאנקל האט מיר געשיקט אינסטרוקציעס אין אישי, בין איך פויל זיך צו לערנען.
יידל האט אריינגעפאקט און געמאזלט און דער אשכול להנאתכם ולטובתכם, גענצליך שלא על מת לקבל פרס פארשטייט זיך...
וויאזוי שטייט נאר דארט שלי ושלכם שלו הוא, ענד די קרעדיט איז אלל היס.
גאד בלעס יידל, ענד מעי גאד בלעס די יונייטיד ענד בילאוויד פרענדס אוו קאוו שטיבל!
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 3:38 pm

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום זונטאג מאי 19, 2013 7:49 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 5:07 pm

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום זונטאג מאי 19, 2013 7:51 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג מאי 19, 2013 6:06 pm

נולד מאוחר איך זעה נישט גארנישט
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3153
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 3706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 19, 2013 6:14 pm

פריער האט מען געהעריג געזען פלוצלינג איז עס נעלם געווארן. כהאב עס איבער געמאכט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 19, 2013 7:13 pm

נולד, איך זע עס אויך נישט, אבער פון די לינק צום אומעקזעסטירענדען פיקטשער זעט אויס דו פראבירסט צו לינקן צו Arranged און Left Luggage.

איך מיין אז מ'האט שוין אויך גערעדט דא וועגן 'דער דיבוק', אויך זייער אינטערעסאנט און מיסטיש.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:25 pm

נולד האסט אן אנונג אויב די צוויי פילמען וואס דו דערמאנסט זענען אינטערעסאנט.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:03 pm

א גרויסן דאנק, מאראנצן, פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך פערזענליך האב נאר הנאה פון תוכנ'דיגע פילמס, און עס זעט מיר אויס אז אידישע פילמס האבן די מערסטע פאטענציאל צו זיין תוכנ'דיג.
ben hur איז אויך א גאר בארימטע פילם וואס רעדט זיך ווען אידן בזמן ששלטו הרומיים בבית שני, ווי אויך איבער איינער וואס זיין נאמען פאנגט זיך אן מיט א י. (נישט יאיר).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7685 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:13 pm

וואס זאגט איר צו דעם?
A PRICE ABOVE RUBIES
באזירט אויפן פסוק אשת חיל מי ימצא "ורחוק מפנינים מכרה"

בילד
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:16 pm

שלום עליכם שמערל. אין דעם פילם ווערן חרדישע אידן אראפגעמאלן אין א שווארצן ליכט. דער פילם איז אריגינעל פילמירט געווארן אין בארא-פארק, אבער האט האט זיך געמוזט אוועקציען צוליב פראטעסטן פון די חרדים.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:31 pm

אין 1998 פארשטיי איך פראטעסטן היינט איז דאס גאלד, איז נישט MEN IN BLACK אין BLUE BLOOD טויזענט מאל ארגער?
אגב איך האלט נישט אז חסידים ווערן דארט בכלליות אראפגעמאלן שלעכט, עס ברענגט ארויס פארשידענע קערעקטערס, דער שוואגער "סענדר" איז טאקע א געפערליכער אינג, אבער איר מאן "מענדל" איז דאך אזא צדיק.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:45 pm

נאך א פילם איבער אידן, איז Snatch. א קאמעדיע-פארברעכן פילם איבער פארברעכער וועלכע האבן זיך פארשטעלט ווי חסידים דורכצופירן א רויבעריי. דער פילם איז געווען אין די נייעס פאר עטליכע יאר צוריק ווען א באנדע אמת'ע פארברעכער האבן נאכגעמאכט דעם פילם, און האבן דורכגעפירט א רויבעריי פארשטעלט ווי חסידים.

א טרעילער:
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך יאנקל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:49 pm

דער 2009 קאמעדיע פילם A Serious Man האט א שיינע פתיחה-סצענע, אין אידיש גאר:

יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מאי 28, 2013 1:05 pm

רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4161 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מאי 28, 2013 1:20 pm

יידל האט געשריבן:וואס איז דאס? http://movies.nytimes.com/2013/05/24/mo ... html?_r=1&

למלא את החלל
דא קען מען עס זעהן

און דא וואס א סלונימער חסיד (לשעבר) האט געשריבען דערויף.

טריילער
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3744
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1729 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5549 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 28, 2013 9:47 pm

יאנקל דיין קליפ עי סיריעס מען איז מתוק, העמיר מוזן שאפן די גאנצע.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך פידלער » מיטוואך מאי 29, 2013 8:21 pm

מאראנץ זאפט, IMO זאלט איר נישט טרענצלען איין מינוט פון אייער לעבן אויף די נארישע פילם, Arranged. די פילם איז sloppy און patronizing.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:06 am

שלום עליכם פידלער. עס קוקט אויס אז מיר וועלן א סך נהנה זיין פון אייערע ידיעות. וואס מיינט איר מיט "sloppy און patronizing"?
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3673 מאל

הודעהדורך פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:20 am

יאנקל, איך האב עס געזען לאנג צירוק, געדענק איך נישט אלע פרטים, אבער איך וועל זאגן וואס איך געדענק. אנטשולדיגט מיר אז איך וועל שרייבן אין ענגליש. איך אייל מיך צו ארבעט און איך טייפ פיל שנעלער אין ענגליש.

What I mean by "sloppy and patronizing" is that the filmmakers seemed to have been counting on an ignorant audience, and that offended me. For example, in the "sloppy" department, they filmed the home of the Jewish family first in Boro Park and then in Crown Heights (I recognized the locations) and pretended that this was the exact same place. To me, this wasn't only insulting because c'mon, how lazy can you be?, but also because the idea that all chassidic neighborhoods are the same (much like some people can't tell the difference between one Asian and another) was really disrespectful.

But worse was the content. The films were made by whom I presume to be two liberal Israelis and they went out of their way to be fair to the Muslim portrayal by depicting the Jewish family as nebech'dig as possible. I think it's praiseworthy to depict people failry and I especially think that if Israelis are portraying Muslims in their films, they should do so with utmost respect and sensitivity. But don't do it by portraying the Jews negatively. If the Muslim family is rather liberal, accord similar characteristics to the Jewish family. In fact, even the level of attractiveness was skewed in the Muslim family's favor. The boys who the Jewish girl met (for the purpose of marriage) were pimply and nebbishes. The Muslim chussen was a gorgeous, romantic guy.

. I know many people who liked the film, but as for me, I found it an insult to my intelligence. In general, I found the film stereotypical and vacuous, no major accomplishment from an artistic perspective.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 9:03 am

Fill the Void

אן איזרעילי מאווי ביי אן ארטאדאקסישע (BT) דירעקטירן, שפילט יעצט אין ניו יארק, און איז אייגענטליך דאס ערשטע פילם וועלכע איך האב באגעגענט וואס שילדערט חרידיש'ע (לאו דוקא חסידיש'ע) לעבן'ס דעטאלן, לבוש און מנהגים זייער, זייער אקוראט כמעט אן קיין טעותים.

ס'שילדערט א מעשה פון א אינגערמאן אן איידעם ביי א גביר וועלכע פארלירט זיין ווייב געבענדיג געבורט צו זייער בכור א יתום, און די שוויגער וויל איר טאכטער נעקסט אין ליין זאל חתונה האבן מיטן אלמן.

ביים גביר'ס פורים סעודה
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום פרייטאג מאי 31, 2013 9:31 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2476
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3734 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 9:10 am

צוויי פילמען מיט כמעט דעם זעלבן נאמען?
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 9:11 am

וועלכע צוויי?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2476
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3734 מאל

הודעהדורך פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 9:33 am

יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 583 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 31, 2013 9:52 am

פידלער האט געשריבן:יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.


נישט געזעהן, אבער העמיר עס לייגן אויפן ליסטע. כ'זעה אויף וויקיפעדיע אז די דירעקטאר אז אן עקס-חרידי. זעהט אויס צו כאפן די זאך מיז מען זיין, אדער האבן געווען, אן אינסיידער.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2476
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3734 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 31, 2013 9:55 am

יואליש האט געשריבן:וועלכע צוויי?

לכאורה איז דיין פילם די זעלבע ווי למלא את החלל פון לעיקוואד, שטימט?
וואס איז ווייטער די מעשה, ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין שוועגערן? הלמאי :lol: ?
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

נעקסט

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט